Page 2 - Mlokhim b
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

       ‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 1‬און מואָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן ישׂראל נאָך אַחאבֿס‬

                      ‫טױט‪.‬א‬

‫‪ 2‬און אַ ַחזָיהו איז אַרױסגעפֿאַלן דורך דער גראַטע פֿון ז ַײן‬
‫אױבערשטוב װאָס אין שומרון‪ ,‬און איז קראַנק געװאָרן‪ .‬און ער האָט‬
‫געשיקט שלוחים‪ ,‬און האָט זײ אָנגעזאָגט‪ :‬גײט פֿרעגט ב ַײ ַב ַעל‪-‬זבֿוּבֿ‬
‫דעם גאָט פֿון עקרון‪ ,‬אױב איך װעל גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער‬

                                                          ‫קראַנקשאַפֿט‪.‬‬

‫‪ 3‬און אַ מלאך פֿון גאָט האָט גערעדט צו ֵא ִלָיהו דעם ִתּשבי‪ :‬שטײ‬
‫אױף‪ ,‬גײ אַרױף אַנטקעגן די שלוחים פֿון דעם מלך פֿון שומרון‪ ,‬און‬
‫רעד צו זײ‪ :‬צי װ ַײל אין ישׂראל איז קײן גאָט ניטאָ‪ ,‬גײט איר פֿרעגן‬
‫ב ַײ ַב ַעל‪-‬זבֿוּבֿ דעם גאָט פֿון עקרון? ‪ 4‬דרומעך האָט יהוה אַזױ‬
‫געזאָגט‪ :‬דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין‪ ,‬דערפֿון װעסטו ניט‬

                      ‫אַראָפּנידערן‪ ,‬נ ַײערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן‪.‬‬
                                                   ‫איז ֵא ִלָיהו געגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 5‬און די שלוחים האָבן זיך אומגעקערט צו אים‪ ,‬און ער האָט צו זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬װאָס עפּעס האָט איר זיך אומגעקערט? ‪ 6‬האָבן זײ צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬אַ מאַן איז אַרױפֿגעקומען אונדז אַנטקעגן‪ ,‬און ער האָט צו‬
   1   2   3   4   5   6   7