Page 4 - Mlokhim b
P. 4
ְמ ָל ִכים ב
אױגן 14 .זע ,אַ פֿ ַײער האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל ,און האָט
פֿאַרצערט די צװײ פֿר ִיערדיקע הױפּטל ַײט פֿון פֿופֿציק מיט זײערע
פֿופֿציקן; און אַצונד ,זאָל מ ַײן נפֿש ז ַײן װערדיק אין ד ַײנע אױגן.
15האָט אַ מלאך פֿון גאָט גערעדט צו ֵא ִלָיהון :נידער אַראָפּ מיט
אים; זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר אים.
איז ער אױפֿגעשטאַנען און האָט אַראָפּגענידערט מיט אים צום מלך.
16און ער האָט צו אים גערעדט :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :אַזױ װי דו
האָסט געשיקט שלוחים צו פֿרעגן ב ַײ ַב ַעל-זבֿוּבֿ דעם גאָט פֿון עקרון,
איז דאָס װ ַײל אין ישׂראל איז קײן גאָט ניטאָ צו פֿרעגן ז ַײן װאָרט?
דרום ,דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין ,דערפֿון װעסטו ניט
אַראָפּנידערן ,נ ַײערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן.
17און ער איז געשטאָרבן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ֵא ִלָיהו
האָט גערעדט .און יהוֹרם איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט אין צװײטן
יאָר פֿון יהוֹרם דעם זון פֿון יהוֹשפֿטן ,דעם מלך פֿון יהוּדה; װ ַײל ער
האָט קײן זון ניט געהאַט.
18און די איבעריקע זאַכן פֿון אַ ַחזָיהון װאָס ער האָט געטאָן ,זײ
ז ַײנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים
פֿון ישׂראל.
1און עס איז געװען ,װען גאָט האָט געזאָלט אַרױפֿנעמען
ֵא ִלָיהון אין אַ שטורעמװינד אױפֿן הימל ,ז ַײנען ֶאלישע אוןב
ֵא ִלָיהו געגאַנגען פֿון ִגלָגל 2 .האָט ֵא ִלָיהו געזאָגט צו ֶאלישען :בל ַײב
דאָ ,איך בעט דיך ,װאָרום גאָט האָט מיך געשיקט ביז ֵביתֵ -אל .האָט
ֶאלישע געזאָגט :אַזױ װי גאָט לעבט ,און אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט,
אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן!
און זײ האָבן אַראָפּגענידערט קײן ֵביתֵ -אל.
3ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען די יונגע נבֿיאים װאָס אין ֵביתֵ -אל צו
ֶאלישען ,און האָבן צו אים געזאָגט :װײסטו אַז ה ַײנט נעמט גאָט