Page 7 - Mlokhim b
P. 7

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫פֿאַרװאַרפֿערין‪ 22 .‬און דאָס װאַסער איז געזונט געװאָרן ביז אױף‬
      ‫ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס ֶאלישע האָט גערעדט‪.‬‬

‫‪ 23‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן ֵבית‪ֵ -‬אל‪ .‬און װי ער‬
‫גײט אַרױף מיטן װעג‪ ,‬אַזױ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט קלײנע‬
‫י ִינגלעך‪ ,‬און האָבן געשפּעט פֿון אים‪ ,‬און האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‬
‫אַרױף‪ ,‬פּליכקאָפּ! גײ אַרױף‪ ,‬פּליכקאָפּ! ‪ 24‬האָט ער זיך אומגעקערט‬
‫הינטער זיך‪ ,‬און האָט זײ דערזען‪ ,‬און ער האָט זײ געשלאָגן אין‬
‫נאָמען פֿון גאָט‪ .‬ז ַײנען אַרױסגעקומען צװײ בערינטעס פֿון װאַלד‪ ,‬און‬

                       ‫האָבן צעריסן פֿון זײ צװײ און פֿערציק קינדער‪.‬‬

‫און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן צום באַרג ַכּרמל‪ ,‬און פֿון‬
                        ‫דאָרטן האָט ער זיך אומגעקערט קײן שומרון‪.‬‬

‫‪ 1‬און יהוֹרם דער זון פֿון אַחאבֿן איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל‬

‫אין שומרון אין אַכצנטן יאָר פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿוןג‬
                            ‫יהוּדה; און ער האָט געקיניגט צװעלף יאָר‪.‬‬

‫‪ 2‬און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬נאָר‬
‫ניט אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער און װי ז ַײן מוטער; װאָרום ער האָט‬
‫אָפּגעטאָן דעם ז ַײלשטײן פֿון ַב ַעל װאָס ז ַײן פֿאָטער האָט געמאַכט‪3 .‬‬
‫אָבער ער איז געװען באַהעפֿט אָן די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון‬
‫נבֿטן‪ ,‬װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; ער האָט זיך ניט‬

                                                    ‫אָפּגעקערט דערפֿון‪.‬‬

‫‪ 4‬און ֵמי ַשע דער מלך פֿון מואָבֿ האָט געהאַלטן שאָף‪ ,‬און ער פֿלעגט‬
‫צאָלן דעם מלך פֿון ישׂראל די װאָל פֿון הונדערט טױזנט לעמער און‬
‫הונדערט טױזנט װידערס‪ 5 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי אַחאבֿ איז‬
‫געשטאָרבן‪ ,‬אַזױ האָט דער מלך פֿון מואָבֿ װידערשפּעניקט אָן דעם‬
‫מלך פֿון ישׂראל‪ 6 .‬איז דער מלך יהוֹרם אַרױסגעגאַנגען אין יענעם‬
‫טאָג פֿון שומרון‪ ,‬און האָט איבערגעצײלט גאַנץ ישׂראל‪ 7 .‬און ער‬
‫איז געגאַנגען און האָט געשיקט צו יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬דער מלך פֿון מואָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן מיר;‬
‫װעסטו גײן מיט מיר אַקעגן מואָבֿ אױף מלחמה? האָט ער געזאָגט‪:‬‬
‫איך װעל אַרױפֿגײן; אַזױ װי דו אַזױ איך; אַזױ װי ד ַײן פֿאָלק אַזױ מ ַײן‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12