Page 9 - Mlokhim b
P. 9

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫שטאָט; און יעטװעדער גוטן בױם װעט איר א ַײנװאַרפֿן‪ ,‬און‬
‫יעטװעדער קװאַל װאַסער װעט איר פֿאַרשטאָפּן‪ ,‬און יעטװעדער גוט‬

                      ‫שטיק פֿעלד װעט איר פֿאַרדאַרבן מיט שטײנער‪.‬‬

‫‪ 20‬און עס איז געװען אין דער פֿרי‪ ,‬װען מע ברענגט אױף דעם קרבן‪,‬‬
‫ערשט װאַסער קומט אַרױס פֿון דעם װעג פֿון אדום‪ ,‬און דאָס לאַנד‬

                                        ‫איז פֿול געװאָרן מיטן װאַסער‪.‬‬

‫‪ 21‬און גאַנץ מואָבֿ האָבן געהערט אַז די מלכים ז ַײנען אַרױפֿגעקומען‬
‫מלחמה צו האַלטן אױף זײ‪ ,‬און זײ האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬פֿון‬
‫איטלעכן װאָס גורט אָן אַן אָנגורט און העכער; און זײ האָבן זיך‬
‫געשטעלט ב ַײם געמאַרק‪ 22 .‬און װי זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער‬
‫פֿרי‪ ,‬אַזױ האָט די זון געש ַײנט אױפֿן װאַסער‪ ,‬און די מואָבֿים האָבן‬
‫געזען פֿון װ ַײטן דאָס װאַסער רױט אַזױ װי בלוט‪ 23 .‬האָבן זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬בלוט איז דאָס; צעקריגן האָבן זיך צעקריגט די מלכים‪ ,‬און‬
‫זײ האָבן געשלאָגן אײנער דעם אַנדערן‪ .‬און אַצונד‪ ,‬צום רױב‪ ,‬מואָבֿ!‬

‫‪ 24‬און זײ ז ַײנען געקומען אין לאַגער פֿון ישׂראל‪ ,‬און די ישׂראל‬
‫ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשלאָגן מואָבֿ‪ 25 .‬און די שטעט‬
‫האָבן זײ צעשטערט‪ ,‬און װוּ נאָר אַ גוט שטיק פֿעלד‪ ,‬האָבן זײ‬
‫איטלעכער געװאָרפֿן אַ שטײן און האָבן עס אָנגעפֿילט‪ ,‬און‬
‫יעטװעדער קװאַל װאַסער האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט‪ .‬און יעטװעדער‬
‫גוטן בױם האָבן זײ א ַײנגעװאָרפֿן‪ ,‬ביז זײ האָבן בלױז איבערגעלאָזן‬
‫אירע מױערשטײנער אין קיר‪ַ -‬ח ֶר ֶשת; און די שלײדערער האָבן זי‬

                                ‫אַרומגערינגלט‪ ,‬און האָבן זי צעשלאָגן‪.‬‬

‫‪ 26‬און דער מלך פֿון מואָבֿ האָט געזען אַז די מלחמה איז שטאַרקער‬
‫פֿון אים‪ ,‬און ער האָט גענומען מיט זיך זיבן הונדערט מאַן װאָס צִיען‬
‫אַ שװערד‪ ,‬כּדי דורכצוברעכן צו דעם מלך פֿון אדום‪ ,‬אָבער זײ האָבן‬
‫ניט געקענט‪ 27 .‬האָט ער גענומען ז ַײן זון דעם בכור װאָס האָט‬
‫געזאָלט קיניגן נאָך אים‪ ,‬און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער אױף דער מױער‪ .‬און עס איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן‬
‫אױף ישׂראל; און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אים‪ ,‬און האָבן זיך‬

                                                ‫אומגעקערט אין לאַנד‪.‬‬
   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14