Page 14 - Mlokhim b
P. 14

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫עסן און נאָך איבערלאָזן‪ 44 .‬און ער האָט דערלאַנגט פֿאַר זײ‪ ,‬און זײ‬
   ‫האָבן געגעסן און נאָך איבערגעלאָזן‪ ,‬אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 1‬און ַנ ֲע ָמן דער חיל‪-‬פֿירער פֿון דעם מלך פֿון ארם איז געװען אַ‬

‫גרױסער מאַן ב ַײ ז ַײן האַר‪ ,‬און אָנגעזען‪ ,‬װאָרום דורך אים האָטה‬

‫גאָט געגעבן אַ גרױסע ישועה צו ארם‪ .‬און דער מאַן איז געװען אַ‬
                                     ‫העלדישער ִגבור‪ ,‬אָבער אַ מצוֹרע‪.‬‬

‫‪ 2‬און די אַ ַרמים ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אין באַנדעס‪ ,‬און האָבן‬
‫געפֿאַנגען פֿון לאַנד ישׂראל אַ קלײן מײדל; און זי האָט באַדינט‬
‫ַנ ֲע ָמנס װ ַײב‪ 3 .‬האָט זי געזאָגט צו איר האַרינטע‪ :‬הלװאי איז מ ַײן‬
‫האַר ב ַײ דעם נבֿיא װאָס אין שומרון; ער װאָלט אים דענצמאָל‬

                                           ‫אױסגעהײלט פֿון ז ַײן צרעת‪.‬‬

‫‪ 4‬איז ער געקומען און האָט דערצײלט ז ַײן האַר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ‬
‫און אַזױ האָט גערעדט די מײדל װאָס פֿון לאַנד ישׂראל‪ 5 .‬האָט דער‬
‫מלך פֿון ארם געזאָגט‪ :‬קום גײ‪ ,‬און איך װעל שיקן אַ בריװ צו דעם‬

                                                       ‫מלך פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫איז ער געגאַנגען און ער האָט גענומען מיט זיך צען צענטנער‬
‫זילבער‪ ,‬און זעקסטױזנט גאָלדשטיק‪ ,‬און צען גאַנג קלײדער‪ 6 .‬און‬
‫ער האָט געבראַכט דעם בריװ צו דעם מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫און אַצונד‪ ,‬װי דער דאָזיקער בריװ קומט צו דיר‪ ,‬אָט האָב איך דיר‬
 ‫געשיקט מ ַײן קנעכט ַנ ֲע ָמנען‪ ,‬זאָלסטו אים אױסהײלן פֿון ז ַײן צרעת‪.‬‬

‫‪ 7‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך פֿון ישׂראל האָט איבערגעלײענט‬
‫דעם בריװ‪ ,‬אַזױ האָט ער צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫בין איך דען אַ גאָט צו טײטן און צו מאַכן לעבעדיק‪ ,‬אַז דער‬
‫דאָזיקער שיקט צו מיר‪ ,‬צו הײלן אַ מענטש פֿון ז ַײן צרעת? יאָ‪,‬‬
‫מערקט נאָר‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬און זעט‪ ,‬אַז אַן אױסרײד ער זוכט‬

                                                            ‫אַקעגן מיר‪.‬‬

‫‪ 8‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ֶאלישע דער געטלעכער מאַן האָט געהערט‬
‫אַז דער מלך פֿון ישׂראל האָט צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬האָט ער‬
‫געשיקט צום מלך‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָס האָסטו צעריסן ד ַײנע‬
   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19