Page 15 - Mlokhim b
P. 15
ְמ ָל ִכים ב
קלײדער? זאָל ער אַקאָרשט קומען צו מיר ,און ער װעט װיסן אַז עס
איז דאָ אַ נבֿיא אין ישׂראל.
9איז ַנ ֲע ָמן געקומען מיט ז ַײנע פֿערד און מיט ז ַײנע ר ַײטװעגן ,און
האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם א ַײנגאַנג פֿון ֶאלישעס הױז.
10האָט ֶאלישע געשיקט צו אים אַ ָש ִליח ,אַזױ צו זאָגן :גײ ,און
זאָלסט זיך באָדן זיבן מאָל אין ירדן ,און ד ַײן ל ַײב װעט זיך אומקערן
צו דיר ,און װעסט װערן רײן.
11האָט ַנ ֲע ָמן געצערנט ,און ער איז אַװעקגעגאַנגען ,און האָט
געזאָגט :זע ,איך האָב געמײנט ,אַרױסגײן װעט ער אַרױסגײן צו מיר,
און װעט זיך אַװעקשטעלן און װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון יהוה ז ַײן
גאָט ,און פֿאָכן מיט ז ַײן האַנט אױף דעם אָרט ,און אַװעקנעמען די
צרעת 12 .ז ַײנען ניט ַאַ ָמָנה און ַפּר ַפּר ,די ט ַײכן פֿון דמשׂק בעסער פֿון
אַלע װאַסערן פֿון ישׂראל? קען איך זיך ניט באָדן אין זײ ,און װערן
רײן? און ער האָט זיך אומגעקערט און איז אַװעקגעגאַנגען מיט
גרימצאָרן.
13האָבן ז ַײנע קנעכט גענענט ,און האָבן גערעדט און צו אים
געזאָגט :מ ַײן פֿאָטער ,אַז דער נבֿיא װאָלט דיר געהײסן אַ גרױסע
זאַך ,װאָלסטו דען ניט געטאָן? ה ַײנט װי אַז ער זאָגט דיר נאָר :באָד
זיך ,און װער רײן?
14האָט ער אַראָפּגענידערט און זיך געטוֹבֿלט אין ירדן זיבן מאָל,
אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דעם געטלעכן מאַן ,און ז ַײן ל ַײב האָט זיך
אומגעקערט אַזױ װי דער ל ַײב פֿון אַ קלײן י ִינגל ,און ער איז געװאָרן
רײן.
15האָט ער זיך אומגעקערט צום געטלעכן מאַן ,ער מיט ז ַײן גאַנצער
מחנה ,און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים ,און
האָט געזאָגט :אָט אַצונד װײס איך אַז ניטאָ קײן גאָט אױף דער
גאַנצער ערד נאָר בלױז אין ישׂראל .און אַצונד ,נעם אָן ,איך בעט
דיך ,אַ מתּנה פֿון ד ַײן קנעכט 16 .האָט ער געזאָגט :אַזױ װי עס לעבט
יהוה װאָס איך שטײ פֿאַר אים ,אױב איך װעל נעמען! און ער איז
צוגעשטאַנען צו אים צו נעמען ,אָבער ער האָט ניט געװאָלט17 .
האָט ַנ ֲע ָמן געזאָגט :אױב דאָס ניט ,זאָל ,איך בעט דיך ,געגעבן װערן