Page 18 - Mlokhim b
P. 18
ְמ ָל ִכים ב
11איז אױפֿגערודערט געװאָרן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך פֿון ארם
איבער דער דאָזיקער זאַך ,און ער האָט גערופֿן ז ַײנע קנעכט ,און
האָט צו זײ געזאָגט :קענט איר מיר ניט זאָגן ,װער פֿון אונדזערע איז
מיט דעם מלך פֿון ישׂראל? האָט אײנער פֿון ז ַײנע קנעכט געזאָגט:
נײן ,מ ַײן האַר מלך ,נ ַײערט ֶאלישע דער נבֿיא װאָס אין ישׂראל
דערצײלט דעם מלך פֿון ישׂראל די רײד װאָס דו רעדסט אין ד ַײן
שלאָפֿקאַמער 13 .האָט ער געזאָגט :גײט און זעט װוּ ער איז ,און איך
װעל שיקן און װעל אים נעמען.
איז אים אָנגעזאָגט געװאָרן ,אַזױ צו זאָגן :ער איז אין דוֹתן 14 .און
ער האָט געשיקט אַהין פֿערד און ר ַײטװעגן און אַ גרױסן חיל ,און זײ
ז ַײנען געקומען ב ַײ נאַכט ,און האָבן אַרומגערינגלט די שטאָט 15 .און
דער משרת פֿון דעם געטלעכן מאַן האָט זיך געפֿעדערט אױפֿצושטײן,
און ער איז אַרױסגעגאַנגען ,ערשט אַ חיל רינגלט אַרום די שטאָט,
מיט פֿערד און ר ַײטװעגן .האָט ז ַײן יונג צו אים געזאָגט :װײ ,מ ַײן
האַר ,װאָס זאָלן מיר טאָן? 16האָט ער געזאָגט :זאָלסט ניט מורא
האָבן; װאָרום די װאָס מיט אונדז ז ַײנען מער װי די װאָס מיט זײ.
17און ֶאלישע האָט מתפּלל געװען און האָט געזאָגט :גאָט עפֿן ,איך
בעט דיך ,ז ַײנע אױגן ,און זאָל ער זען .האָט גאָט געעפֿנט די אױגן פֿון
דעם יונג ,און ער האָט געזען ,ערשט דער באַרג איז פֿול מיט פֿערד
און ר ַײטװעגן פֿ ַײערדיקע רונד אַרום ֶאלישען.
18און װי זײ האָבן אַראָפּגענידערט צו אים ,אַזױ האָט ֶאלישע
מתפּלל געװען צו גאָט ,און האָט געזאָגט :שלאָג ,איך בעט דיך ,דאָס
דאָזיקע פֿאָלק מיט בלינדקײט .האָט ער זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט,
אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ֶאלישען 19 .און ֶאלישע האָט צו זײ געזאָגט:
ניט דאָס איז דער װעג ,און ניט דאָס איז די שטאָט .גײט מיר נאָך און
איך װעל א ַײך פֿירן צו דעם מאַן װאָס איר זוכט .און ער האָט זײ
אַװעקגעפֿירט קײן שומרון.
20און עס איז געװען ,װי זײ ז ַײנען געקומען קײן שומרון ,אַזױ האָט
ֶאלישע געזאָגט :גאָט ,עפֿן די אױגן פֿון די דאָזיקע ,זײ זאָלן זען .האָט
גאָט געעפֿנט זײערע אױגן ,און זײ האָבן געזען ,ערשט זײ ז ַײנען אין
מיטן שומרון 21 .און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו ֶאלישען,
װען ער האָט זײ געזען :זאָל איך דערשלאָגן? זאָל איך דערשלאָגן,