Page 23 - Mlokhim b
P. 23

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 2‬איז די פֿרױ אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט‬
‫פֿון דעם געטלעכן מאַן‪ ,‬און זי איז געגאַנגען מיט איר הױזגעזינט‪ ,‬און‬
‫האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּ ִלשתּים זיבן יאָר‪ 3 .‬און עס‬
‫איז געװען צום ָסוף פֿון די זיבן יאָר‪ ,‬האָט די פֿרױ זיך אומגעקערט‬
‫פֿון לאַנד פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און זי איז אַרױסגעגאַנגען שר ַײען צום‬
‫מלך װעגן איר הױז און װעגן איר פֿעלד‪ 4 .‬און דער מלך האָט גראָד‬
‫גערעדט צו ֵגיחזי דעם יונג פֿון דעם געטלעכן מאַן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫דערצײל מיר אַקאָרשט אַלע גרױסע זאַכן װאָס ֶאלישע האָט געטאָן‪.‬‬
‫‪ 5‬און עס איז געװען װי ער דערצײלט אַזױ דעם מלך‪ ,‬אַז ער האָט‬
‫לעבעדיק געמאַכט דעם טױטן‪ ,‬ערשט די פֿרױ װאָס ער האָט‬
‫לעבעדיק געמאַכט איר זון‪ ,‬שר ַײט צום מלך װעגן איר הױז און װעגן‬
‫איר פֿעלד‪ .‬האָט ֵגיחזי געזאָגט‪ :‬מ ַײן האַר מלך‪ ,‬דאָס איז די פֿרױ‪ ,‬און‬
‫דאָס איז איר זון װאָס ֶאלישע האָט לעבעדיק געמאַכט‪ 6 .‬האָט דער‬
‫מלך אױסגעפֿרעגט די פֿרױ‪ ,‬און זי האָט אים דערצײלט‪ .‬און דער מלך‬
‫האָט איר מיטגעגעבן אַ הױפֿדינער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬קער אום אַלץ‬
‫װאָס איז אירס‪ ,‬און אַלע א ַײנקומענישן פֿון דעם פֿעלד‪ ,‬פֿון דעם טאָג‬

                     ‫װאָס זי האָט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און ביז אַצונד‪.‬‬

‫‪ 7‬און ֶאלישע איז געקומען קײן דמשׂק; און בן‪ַ -‬ה ַדד דער מלך פֿון‬
‫ארם איז געװען קראַנק; איז אים דערצײלט געװאָרן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫דער געטלעכער מאַן איז געקומען אַהער‪ 8 .‬האָט דער מלך געזאָגט‬
‫צו ַחָז ֵאלן‪ :‬נעם אין ד ַײן האַנט אַ מתּנה‪ ,‬און גײ אַנטקעגן דעם‬
‫געטלעכן מאַן‪ ,‬און זאָלסט פֿרעגן דורך אים ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

              ‫װעל איך גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט?‬

‫‪ 9‬איז ַחָז ֵאל געגאַנגען אים אַנטקעגן; און ער האָט מיטגענומען אַ‬
‫מתּנה אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און פֿון אַל דאָס גוטס פֿון דמשׂק‪ ,‬אַ משׂא פֿון‬
‫פֿערציק קעמלען‪ ,‬און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר‬
‫אים‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬ד ַײן זון בן‪ַ -‬ה ַדד דער מלך פֿון ארם האָט מיך‬
‫געשיקט צו דיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װעל איך גענעזן װערן פֿון דער‬
‫דאָזיקער קראַנקשאַפֿט? ‪ 10‬האָט ֶאלישע צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‪ ,‬זאָג צו‬
‫אים‪ :‬גענעזן װעסטו גענעזן װערן; אָבער גאָט האָט מיר באַװיזן אַז‬

                                            ‫שטאַרבן װעט ער שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 11‬און ער האָט אָנגעשטעלט ז ַײן פּנים‪ ,‬און ]אים[ באַטראַכט ביז ער‬
         ‫האָט זיך פֿאַרשעמט; און דער געטלעכער מאַן האָט געװײנט‪.‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28