Page 26 - Mlokhim b
P. 26
ְמ ָל ִכים ב
פֿון יהוֹשפֿט דעם זון פֿון ִנמשין; און זאָלסט אַר ַײנגײן ,און אים מאַכן
אױפֿשטײן פֿון צװישן ז ַײנע ברידער ,און זאָלסט אים אַר ַײנפֿירן אין אַ
קאַמער הינטער אַ קאַמער 3 .און זאָלסט נעמען דאָס קריגל אײל,
און אַרױפֿגיסן אױף ז ַײן קאָפּ ,און זאָגן :אַזױ האָט גאָט געזאָגט .איך
האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל .און זאָלסט עפֿענען די
טיר און אַנטלױפֿן ,און ניט װאַרטן.
4איז דער יונגערמאַן דער יונגער נבֿיא געגאַנגען קײן רמתִ -גל ָעד5 .
און װי ער איז געקומען ,ערשט די הױפּטל ַײט פֿון חיל זיצן .האָט ער
געזאָגט :איך האָב אַ װאָרט צו דיר ,הױפּטמאַן .האָט ֵיהוּא געזאָגט:
צו װעמען פֿון אונדז אַלעמען? האָט ער געזאָגט :צו דיר ,הױפּטמאַן.
6איז ער אױפֿגעשטאַנען ,און ער איז אַר ַײנגעגאַנגען אין הױז .און ער
האָט אַרױפֿגעגאָסן דאָס אײל אױף ז ַײן קאָפּ ,און האָט צו אים
געזאָגט :אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :איך האָב דיך
געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער דעם פֿאָלק פֿון גאָט ,איבער ישׂראל7 .
און זאָלסט דערשלאָגן דאָס הױז פֿון אַחאבֿ ד ַײן האַר ,כּדי איך זאָל
זיך נוקם ז ַײן פֿאַר דעם בלוט פֿון מ ַײנע קנעכט די נבֿיאים ,און פֿאַר
דעם בלוט פֿון אַלע קנעכט פֿון גאָט ,פֿון ִאיֶזבֿלס האַנט 8 .און דאָס
גאַנצע הױז פֿון אַחאבֿ זאָל אונטערגײן; און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון
אַחאבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן און קינד און קײט ,צװישן ישׂראל.
9און איך װעל מאַכן דאָס הױז פֿון אַחאבֿ אַזױ װי דאָס הױז פֿון
ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,און אַזױ װי דאָס הױז פֿון ַבעשא דעם זון
פֿון אַ ִחיהן 10 .און די הינט װעלן עסן ִאיֶזבֿלען אין דעם שטיק לאַנד
פֿון יזרעאל ,און קײן באַגרעבער װעט ניט ז ַײן.
און ער האָט געעפֿנט די טיר ,און איז אַנטלאָפֿן.
11און ֵיהוּא איז אַרױסגעגאַנגען צו די קנעכט פֿון ז ַײן האַר; האָט
מען צו אים געזאָגט :איז פֿריד? װעגן װאָס איז דער דאָזיקער
משוגענער געקומען צו דיר? האָט ער צו זײ געזאָגט :איר קענט דאָך
דעם מאַן און ז ַײן רעדן 12 .האָבן זײ געזאָגט :אַ ליגן! דערצײל אונדז
אַקאָרשט .האָט ער געזאָגט :אַזױ און אַזױ האָט ער גערעדט צו מיר,
אַזױ צו זאָגן :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ
מלך איבער ישׂראל.