Page 25 - Mlokhim b
P. 25

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬
              ‫דענצמאָל אין דער אײגענער צ ַײט איז אָפּגעפֿאַלן ִלבָֿנה‪.‬‬

‫‪ 23‬און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹ ָרמען‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון‬

                                                  ‫די מלכים פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 24‬און יוֹ ָרם האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און ער איז‬
‫באַגראָבן געװאָרן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס שטאָט‪ .‬און ז ַײן זון‬

                               ‫אַ ַחזָיהו איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 25‬אין צװעלפֿטן יאָר פֿון יוֹ ָרם דעם זון פֿון אַחאבֿן‪ ,‬דעם מלך פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬איז געװאָרן מלך אַ ַחזָיהו דער זון פֿון יהוֹרם דעם מלך פֿון‬
‫יהוּדה‪ 26 .‬צװײ און צװאַנציק יאָר איז אַ ַחזָיהו אַלט געװען‪ ,‬אַז ער‬
‫איז געװאָרן מלך‪ ,‬און אײן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים‪ .‬און‬
‫דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ַע ַתלָיהו די טאָכטער פֿון ָעמרי‬

                                                  ‫דעם מלך פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 27‬און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון אַחאבֿס הױז‪ ,‬און האָט‬
‫געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ װי דאָס הױז פֿון‬

            ‫אַחאבֿ‪ ,‬װאָרום ער איז געװען אַן אײדים פֿון אַחאבֿס הױז‪.‬‬

‫‪ 28‬און ער איז געגאַנגען מיט יוֹ ָרם דעם זון פֿון אַחאבֿן אױף מלחמה‬
‫מיט ַחָז ֵאל דעם מלך פֿון ארם‪ ,‬אין רמת‪ִ -‬גל ָעד; און די אַ ַרמים האָבן‬
‫פֿאַרװוּנדט יוֹ ָרמען‪ 29 .‬און דער מלך יוֹ ָרם האָט זיך אומגעקערט זיך‬
‫צו הײלן אין יזרעאל פֿון די װוּנדן װאָס די אַ ַרמים האָבן אים‬
‫פֿאַרװוּנדט אין רמה‪ ,‬װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ַחָז ֵאל דעם‬
‫מלך פֿון ארם‪ .‬און אַ ַחזָיהו דער זון פֿון יהוֹרמען‪ ,‬דער מלך פֿון יהוּדה‪,‬‬
‫האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹ ָרם דעם זון פֿון אַחאבֿן אין יזרעאל‪,‬‬

                                            ‫װען ער איז געװען קראַנק‪.‬‬

‫‪ 1‬און ֶאלישע דער נבֿיא האָט גערופֿן אײנעם פֿון די יונגע‬

‫נבֿיאים‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬גורט אָן ד ַײנע לענדן‪ ,‬אוןט‬

‫נעם דאָס דאָזיקע קריגל אײל אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און גײ קײן רמת‪ִ -‬גל ָעד‪.‬‬
‫‪ 2‬און אַז דו װעסט קומען אַהין‪ ,‬קוק זיך אַרום אױף ֵיהוּא דעם זון‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30