Page 20 - Mlokhim b
P. 20

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 32‬און ֶאלישע איז געזעסן אין ז ַײן הױז‪ ,‬און די עלטסטע ז ַײנען‬
‫געזעסן מיט אים‪ .‬און ]דער מלך[ האָט געשיקט פֿון זיך אַ מאַן‪ .‬אָבער‬
‫אײדער דער ָש ִליח איז אָנגעקומען צו אים‪ ,‬האָט ער געזאָגט צו די‬
‫עלטסטע‪ :‬איר זעט װי דער דאָזיקער זון פֿון דעם רו ֵצח שיקט‬
‫אַראָפּצונעמען מ ַײן קאָפּ? זעט‪ ,‬װי דער ָש ִליח קומט‪ ,‬פֿאַרשליסט די‬
‫טיר‪ ,‬און איר זאָלט זיך אָנשפּאַרן אָן דער טיר אַקעגן אים‪ .‬פֿאַר װאָר‪,‬‬

                      ‫דער שאָרך פֿון ז ַײן האַרס פֿיס איז הינטער אים‪.‬‬

‫‪ 33‬װי ער רעדט נאָך מיט זײ‪ ,‬ערשט דער ָש ִליח נידערט אַראָפּ צו‬
‫אים‪ .‬און ]דער מלך[ האָט געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬דאָס דאָזיקע בײז איז פֿון‬

                              ‫גאָט; װאָס קען איך נאָך האָפֿן פֿון גאָט?‬

‫‪ 1‬האָט ֶאלישע געזאָגט‪ :‬הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪ :‬אַזױ האָט‬

‫גאָט געזאָגט‪ :‬מאָרגן אין דער צ ַײט װעט אַ ְסאָה זעמלמעל ז ַײןז‬

‫פֿאַר אַ שקל‪ ,‬און צװײ ְסאָה גערשטן פֿאַר אַ שקל‪ ,‬אין דעם מױער‬
                                                            ‫פֿון שומרון‪.‬‬

‫‪ 2‬האָט דער הױפּטמאַן װאָס דער מלך איז געװען אָנגעלענט אױף ז ַײן‬
‫האַנט געענטפֿערט דעם געטלעכן מאַן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אַפֿילו גאָט‬
‫זאָל מאַכן פֿענצטער אין הימל‪ ,‬קען דען דאָזיקע זאַך געשען? האָט‬
‫ער געזאָגט‪ :‬אָט װעסטו זען מיט ד ַײנע אױגן‪ ,‬אָבער עסן דערפֿון‬

                                                            ‫װעסטו ניט‪.‬‬

‫‪ 3‬און פֿיר מענטשן מצוֹ ָר ִעים‪ ,‬ז ַײנען געװען ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון טױער;‬
‫האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן‪ :‬װאָס זיצן מיר דאָ ביז מיר‬
‫װעלן שטאַרבן? ‪ 4‬זאָלן מיר זאָגן‪ :‬מיר װעלן אַר ַײנגײן אין שטאָט‪ ,‬איז‬
‫דער הונגער אין שטאָט‪ ,‬און מיר װעלן דאָרטן שטאַרבן; און אױב‬
‫מיר װעלן דאָ זיצן‪ ,‬װעלן מיר אױך שטאַרבן‪ .‬דרום קומט אַצונד און‬
‫לאָמיר צופֿאַלן צו דעם לאַגער פֿון ארם; אױב זײ װעלן אונדז לאָזן‬
‫לעבן‪ ,‬װעלן מיר לעבן‪ ,‬און אױב זײ װעלן אונדז טײטן‪ ,‬װעלן מיר‬

                                                               ‫שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 5‬ז ַײנען זײ אױפֿגעשטאַנען אין אָװנט צו גײן צו דעם לאַגער פֿון‬
‫ארם‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען צום עק לאַגער פֿון ארם‪ ,‬ערשט דאָרטן‬
‫איז קײן מענטש ניטאָ‪ 6 .‬װאָרום גאָט האָט געמאַכט הערן אין דעם‬
   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25