Page 17 - Mlokhim b
P. 17

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫אָדער שאָף און רינדער‪ ,‬אָדער קנעכט און דינסטן? ‪ 27‬דרום זאָל‬
  ‫ַנ ֲע ָמנס צרעת זיך באַהעפֿטן אָן דיר און אָן ד ַײן זאָמען אױף אײביק‪.‬‬

     ‫און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים מצוֹרע ]װ ַײס[ װי שנײ‪.‬‬

‫‪ 1‬און די יונגע נבֿיאים האָבן געזאָגט צו ֶאלישע‪ .‬זע נאָר‪ ,‬דער‬

      ‫אָרט װוּ מיר זיצן פֿאַר דיר איז צו ענג פֿאַר אונדז‪.‬ו‬

‫‪ 2‬לאָמיר גײן ביזן ירדן‪ ,‬און לאָמיר נעמען פֿון דאָרטן איטלעכער פֿון‬
‫אונדז אײן קלאָץ‪ ,‬און לאָמיר אונדז דאָרטן מאַכן אַן אָרט צו װױנען‬
‫דאָרטן‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬גײט‪ 3 .‬האָט אײנער געזאָגט‪ :‬באַװיליק‪,‬‬
‫איך בעט דיך‪ ,‬און גײ מיט ד ַײנע קנעכט‪ -.‬האָט ער געזאָגט‪ :‬איך װעל‬

                                                                    ‫גײן‪.‬‬

‫‪ 4‬איז ער געגאַנגען מיט זײ‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען צום ירדן‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אָפּגעהאַקט די בײמער‪ 5 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי אײנער‬
‫װאַרפֿט אום אַ קלאָץ‪ ,‬אַזױ איז דער א ַײזן אַר ַײנגעפֿאַלן אין װאַסער‪,‬‬
‫און ער האָט אױסגעשר ִיען און געזאָגט‪ :‬װײ‪ ,‬מ ַײן האַר‪ ,‬װאָרום ער‬
‫איז אַ געל ִיענער‪ 6 .‬האָט דער געטלעכער מאַן געזאָגט‪ :‬װוּ איז ער‬
‫אַר ַײנגעפֿאַלן? האָט ער אים געװיזן דעם אָרט‪ ,‬און ער האָט‬
‫אָפּגעשניטן אַ העלצל‪ ,‬און האָט עס אַהין אַר ַײנגעװאָרפֿן‪ ,‬און דער‬
‫א ַײזן איז אַרױפֿגעשװוּמען‪ 7 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬הײב דיר אים‬
‫אַרױס; האָט ער אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט‪ ,‬און האָט אים‬

                                                         ‫אַרױסגענומען‪.‬‬

‫‪ 8‬און דער מלך פֿון ארם האָט געהאַלטן מלחמה אױף ישׂראל‪ ,‬און ער‬
‫האָט אָפּגערעדט מיט ז ַײנע קנעכט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אין יענעם און‬

                                  ‫יענעם אָרט װעט ז ַײן מ ַײן לאַגערונג‪.‬‬

‫‪ 9‬האָט דער געטלעכער מאַן געשיקט צו דעם מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬היט זיך פֿאַרב ַײצוגײן דעם דאָזיקן אָרט‪ ,‬װאָרום אַהין לאָזן‬
‫זיך אַראָפּ די אַ ַרמים‪ 10 .‬און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געשיקט צו‬
‫דעם אָרט װאָס דער געטלעכער מאַן האָט אים געזאָגט און אים‬
‫געװאָרנט; און ער האָט זיך דאָרטן אױסגעהיט ניט אײן מאָל און ניט‬

                                                             ‫צװײ מאָל‪.‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22