Page 19 - Mlokhim b
P. 19

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫מ ַײן פֿאָטער? ‪ 22‬האָט ער געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט דערשלאָגן‪ .‬צי די‬
‫װאָס דו האָסט געפֿאַנגען מיט ד ַײן שװערד און מיט ד ַײן בױגן‬
‫דערשלאָגסט דאָס? שטעל פֿאַר זײ ברױט און װאַסער‪ ,‬און זאָלן זײ‬

                              ‫עסן און טרינקען‪ ,‬און גײן צו זײער האַר‪.‬‬

‫‪ 23‬האָט ער זײ געמאַכט אַ גרױסן מאָלצ ַײט און זײ האָבן געגעסן און‬
‫געטרונקען‪ ,‬און ער האָט זײ אַװעקגעשיקט‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬

                                         ‫אַװעקגעגאַנגען צו זײער האַר‪.‬‬

‫און די באַנדעס פֿון ארם ז ַײנען מער װידער ניט געקומען אין לאַנד‬
                                                            ‫פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 24‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬האָט בן‪ַ -‬ה ַדד דער מלך פֿון ארם‬
‫א ַײנגעזאַמלט ז ַײן גאַנצן חיל‪ ,‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט‬
‫געלעגערט אױף שומרון‪ 25 .‬און עס איז געװאָרן אַ גרױסער הונגער‬
‫אין שומרון‪ ,‬בעת‪-‬אָט זײ האָבן געלעגערט אױף איר‪ ,‬ביז אַ קאָפּ פֿון‬
‫אַן אײזל איז געװען אַכציק זילבערסטיק און אַ פֿערטל ַקבֿ‬
‫טױבנמיסט פֿינף זילבערסטיק‪ 26 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך‬
‫פֿון ישׂראל איז פֿאַרב ַײגעגאַנגען אױף דער מױער‪ ,‬האָט אַ פֿרױ‬
‫געשרִיען צו אים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬העלף‪ ,‬מ ַײן האַר מלך‪ 27 .‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬אַז גאָט העלפֿט דיר ניט‪ ,‬פֿון װאַנען זאָל איך דיר העלפֿן?‬
‫פֿון ש ַײער צי פֿון קעלער? ‪ 28‬און דער מלך האָט צו איר געזאָגט‪:‬‬
‫װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט‪ :‬די דאָזיקע פֿרױ האָט צו מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬גיב אַהער ד ַײן זון‪ ,‬און מיר װעלן אים ה ַײנט אױפֿעסן‪ ,‬און‬
‫מ ַײן זון װעלן מיר אױפֿעסן מאָרגן‪ 29 .‬האָבן מיר אָפּגעקאָכט מ ַײן זון‪,‬‬
‫און מיר האָבן אים אױפֿגעגעסן; און אַז איך האָב צו איר געזאָגט‬
‫אױפֿן אַנדערן טאָג‪ :‬גיב אַהער ד ַײן זון‪ ,‬און מיר װעלן אים אױפֿעסן‪,‬‬

                                             ‫האָט זי באַהאַלטן איר זון‪.‬‬

‫‪ 30‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון‬
‫דער פֿרױ‪ ,‬אַזױ האָט ער צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬בעת ער איז‬
‫פֿאַרב ַײגעגאַנגען אױף דער מױער‪ ,‬און דאָס פֿאָלק האָט געזען‪ ,‬ערשט‬
‫זאַק איז אױף ז ַײן ל ַײב פֿון אונטן‪ 31 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬זאָל מיר‬
‫גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אױב דער קאָפּ פֿון ֶאלישע דעם זון פֿון‬

                                   ‫ָשפֿטן װעט בל ַײבן אױף אים ה ַײנט!‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24