Page 21 - Mlokhim b
P. 21
ְמ ָל ִכים ב
לאַגער פֿון ארם אַ ליאַרעם פֿון ר ַײטװעגן ,און אַ ליאַרעם פֿון פֿערד,
אַ ליאַרעם פֿון אַ גרױסן חיל ,און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום
אַנדערן :זע ,דער מלך פֿון ישׂראל האָט אָנגעדונגען אױף אונדז די
מלכים פֿון די ִחתּים ,און די מלכים פֿון מצרים ,צו קומען אױף
אונדז 7 .און זײ ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען און ז ַײנען אַנטלאָפֿן אין אָװנט,
און האָבן איבערגעלאָזט זײערע געצעלטן ,און זײערע פֿערד און
זײערע אײזלען ,דעם לאַגער אַזױ װי ער איז ,און ז ַײנען אַנטלאָפֿן
אום זײער לעבן.
8און די דאָזיקע מצוֹ ָר ִעים ז ַײנען געקומען צום עק לאַגער ,און ז ַײנען
אַר ַײנגעגאַנגען אין אײן געצעלט ,און האָבן געגעסן און געטרונקען,
און אַרױסגעטראָגן פֿון דאָרטן זילבער און גאָלד ,און בגדים ,און זײ
ז ַײנען געגאַנגען און האָבן באַהאַלטן; און זײ ז ַײנען צוריקגעקומען
און ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין אַן אַנדער געצעלט ,און האָבן
אַרױסגעטראָגן פֿון דאָרטן ,און ז ַײנען געגאַנגען און האָבן באַהאַלטן.
9און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן :מיר טוען ניט רעכט;
ה ַײנטיקער טאָג איז אַ טאָג פֿון בשׂורה ,און מיר שװ ַײגן .אַז מיר
װעלן װאַרטן ביז ליכט פֿון פֿרימאָרגן ,װעט אונדז טרעפֿן אַ שטראָף.
דרום קומט אַצונד ,און לאָמיר אַר ַײנגײן און דערצײלן אין הױז פֿון
מלך.
10ז ַײנען זײ געגאַנגען און האָבן גערופֿן צו די טױערל ַײט פֿון שטאָט,
און זײ האָבן זײ דערצײלט ,אַזױ צו זאָגן :מיר ז ַײנען געקומען אין
לאַגער פֿון ארם ,ערשט דאָרטן איז ניטאָ קײן מאַן און קײן ָקול פֿון אַ
מענטשן; נאָר די פֿערד ז ַײנען צוגעבונדן ,און די אײזלען ז ַײנען
צוגעבונדן ,און די געצעלטן אַזױ װי זײ ז ַײנען געװען.
11האָבן די טױערל ַײט גערופֿן ,און מע האָט אָנגעזאָגט אינעװײניק
אין מלכס הױז 12 .איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען אין דער נאַכט ,און
ער האָט געזאָגט צו ז ַײנע קנעכט :לאָמיר א ַײך זאָגן װאָס די אַ ַרמים
אונדז האָבן דאָ געטאָן :זײ װײסן אַז מיר ז ַײנען הונגעריקע ,דרום
ז ַײנען זײ אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַגער זיך צו באַהאַלטן אין פֿעלד ,אַזױ
צו זאָגן :װי זײ װעלן אַרױסגײן פֿון שטאָט ,אַזױ װעלן מיר זײ כאַפּן
לעבעדיקערהײט ,און מיר װעלן אַר ַײנגײן אין שטאָט.