Page 16 - Mlokhim b
P. 16

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫ד ַײן קנעכט ערד‪ ,‬די משׂא פֿון צװײ מױלאײזלען; װאָרום ד ַײן קנעכט‬
‫װעט מער ניט מאַכן בראַנדאָפּפֿער אָדער שלאַכטאָפּפֿער צו אַנדערע‬
‫געטער נאָר בלױז צו יהוה‪ 18 .‬פֿאַר דער דאָזיקער זאַך זאָל יהוה‬
‫פֿאַרגעבן ד ַײן קנעכט‪ :‬װען מ ַײן האַר קומט אין הױז פֿון ִרמוֹן זיך‬
‫דאָרטן צו בוקן‪ ,‬און ער איז אָנגעלענט אױף מ ַײן האַנט‪ ,‬און איך װעל‬
‫זיך בוקן אין הױז פֿון ִרמוֹן‪ ,‬װען איך מוז זיך בוקן אין הױז פֿון ִרמוֹן‪,‬‬
‫זאָל יהוה פֿאַרגעבן ד ַײן קנעכט אין דער דאָזיקער זאַך‪ 19 .‬האָט ער‬
‫צו אים געזאָגט‪ :‬גײ בשלום‪ .‬און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים אַ‬

                                                         ‫שטרעק לאַנד‪.‬‬

‫‪ 20‬און ֵגיחזי‪ ,‬דער יונג פֿון ֶאלישע דעם געטלעכן מאַן‪ ,‬האָט געזאָגט‪:‬‬
‫אָט האָט מ ַײן האַר אָפּגעזאָגט דעם דאָזיקן ַנ ֲע ָמן דעם אַ ַרמי‪,‬‬
‫אָנצונעמען פֿון ז ַײן האַנט דאָס װאָס ער האָט געבראַכט‪ .‬אַזױ װי גאָט‬

         ‫לעבט‪ ,‬אַז איך מוז אים נאָכלױפֿן‪ ,‬און נעמען פֿון אים עפּעס!‬

‫‪ 21‬און ֵגיחזי האָט נאָכגעיאָגט ַנ ֲע ָמנען; און װי ַנ ֲע ָמן האָט געזען‬
‫עמיצן לױפֿן נאָך אים‪ ,‬אַזױ איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון ר ַײטװאָגן‬
‫אים אַנטקעגן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬איז פֿריד? ‪ 22‬האָט ער געזאָגט‪:‬‬
‫פֿריד‪ .‬מ ַײן האַר האָט מיך געשיקט אַזױ צו זאָגן‪ :‬אָט אַקאָרשט אַצונד‬
‫ז ַײנען געקומען צו מיר צװײ יונגעל ַײט פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים‪,‬‬
‫פֿון די יונגע נבֿיאים‪ .‬גיב פֿאַר זײ‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַ צענטנער זילבער‬
‫און צװײ גאַנג קלײדער‪ 23 .‬האָט ַנ ֲע ָמן געזאָגט‪ :‬באַװיליק‪ ,‬נעם צװײ‬
‫צענטער‪ .‬און ער איז צוגעשטאַנען צו אים‪ ,‬און האָט א ַײנגעבונדן‬
‫צװײ צענטנער זילבער אין צװײ זעקלעך‪ ,‬און צװײ גאַנג קלײדער‪ ,‬און‬
‫געגעבן צו צװײ פֿון ז ַײנע יונגען‪ ,‬און זײ האָבן עס געטראָגן אים‬
‫פֿאַרױס‪ 24 .‬און װי ער איז געקומען צום בערגל‪ ,‬אַזױ האָט ער עס‬
‫צוגענומען פֿון זײער האַנט‪ ,‬און באַהאַלטן אין הױז; און ער האָט‬

            ‫אַװעקגעשיקט די מענטשן‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 25‬און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר ז ַײן האַר‪ .‬האָט‬
‫ֶאלישע צו אים געזאָגט‪ :‬פֿון װאַנען‪ֵ ,‬גיחזי? האָט ער געזאָגט‪ :‬ד ַײן‬
‫קנעכט איז אין ערגעץ ניט געגאַנגען‪ 26 .‬האָט ער צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫איז ניט מ ַײן האַרץ מיטגעגאַנגען װען אַ מאַן האָט זיך אומגעדרײט‬
‫פֿון ז ַײן ר ַײטװאָגן דיר אַנטקעגן? איז דאָס אַ צ ַײט צו נעמען זילבער‪,‬‬
‫און נעמען קלײדער‪ ,‬אָדער אײלבערטגערטנער און װ ַײנגערטנער‪,‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21