Page 11 - Mlokhim b
P. 11
ְמ ָל ִכים ב
און ער האָט געזאָגט צו ז ַײן יונג ֵגיחזי :רוף די דאָזיקע שוַּנמית .האָט
ער זי גערופֿן ,און זי האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים.
13האָט ער צו אים געזאָגט :זאָג אַקאָרשט צו איר :זע ,דו האָסט
געזאָרגט פֿון אונדזערט װעגן די דאָזיקע גאַנצע זאָרג; װאָס איז דאָ
צו טאָן פֿאַר דיר? איז דאָ צו רעדן פֿאַר דיר צום מלך אָדער צום האַר
פֿון חיל? האָט זי געזאָגט :צװישן מ ַײן שטאַם זיץ איך.
14האָט ער געזאָגט :װאָס איז פֿאָרט דאָ צו טאָן פֿאַר איר? האָט
ֵגיחזי געזאָגט :פֿאַר װאָר זי האָט ניט קײן קינד ,און איר מאַן איז
אַלט 15 .האָט ער געזאָגט :רוף זי ,און ער האָט זי גערופֿן ,און זי
האָט זיך געשטעלט אין טיר 16 .האָט ער געזאָגט :אין דער צ ַײט ,אַזױ
װי איצט איבער אַ יאָר ,װעסטו האַלדזן אַ זון .האָט זי געזאָגט :נײן,
מ ַײן האַר געטלעכער מאַן! זאָלסט ניט נאַרן ד ַײן דינסט.
17און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן ,און זי האָט געבאָרן אַ זון אין
דער צ ַײט אין אַ יאָר אַרום ,אַזױ װי ֶאלישע האָט צו איר גערעדט.
18און דאָס קינד איז אױפֿגעװאַקסן; און עס איז געװען אײן טאָג,
איז ער אַרױסגעגאַנגען צו ז ַײן פֿאָטער ב ַײ די שניטערס 19 .און ער
האָט געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער :מ ַײן קאָפּ ,מ ַײן קאָפּ! האָט ער געזאָגט
צום יונג :טראָג אים אַװעק צו ז ַײן מוטער 20 .האָט ער אים
אַװעקגעטראָגן און אים געבראַכט צו ז ַײן מוטער .און ער איז געזעסן
אױף אירע קני ביז האַלבן טאָג ,און איז געשטאָרבן .איז זי
אַרױפֿגעגאַנגען ,און האָט אים אַװעקגעלײגט אױפֿן בעט פֿון דעם
געטלעכן מאַן ,און זי האָט אים פֿאַרשלאָסן ,און איז אַרױסגעגאַנגען.
22און זי האָט גערופֿן צו איר מאַן און האָט געזאָגט :שיק מיר ,איך
בעט דיך ,אײנעם פֿון די יונגען מיט אײנער פֿון די אײזעלינס ,און איך
װעל אַריבערלױפֿן צום געטלעכן מאַן ,און װעל זיך אומקערן23 .
האָט ער צו איר געזאָגט :פֿאַר װאָס גײסטו צו אים ה ַײנט ,ניט ראש-
חודש און ניט שבת? האָט זי געזאָגט :עס איז פֿריד.
24און זי האָט אָנגעזאָטלט די אײזעלין ,און האָט געזאָגט צו איר
יונג :טר ַײב און גײ; זאָלסט מיך ניט אױפֿהאַלטן אין ר ַײטן ,ס ַײדן איך
האָב דיר געהײסן.