Page 6 - Mlokhim b
P. 6
ְמ ָל ִכים ב
ער געשרִיען :פֿאָטער מ ַײנער ,פֿאָטער מ ַײנער ,ר ַײטװעגן און ר ַײטער
פֿון ישׂראל!
און ער האָט אים מער ניט געזען .האָט ער אָנגענומען ז ַײנע קלײדער,
און האָט זײ צעריסן אױף צװײ שטיקער 13 .און ער האָט
אױפֿגעהױבן ֵא ִלָיהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים ,און
האָט זיך אומגעקערט און זיך געשטעלט ב ַײם ברעג ירדן 14 .און ער
האָט גענומען ֵא ִלָיהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים ,און
האָט געשלאָגן דאָס װאַסער ,און האָט געזאָגט :װוּ איז יהוה דער
גאָט פֿון ֵא ִלָיהון? און אַז ער אױך האָט געשלאָגן דאָס װאַסער ,האָט
דאָס װאַסער זיך צעטײלט אַהין און אַהער ,און ֶאלישע איז
אַריבערגעגאַנגען.
15און די יונגע נבֿיאים װאָס פֿון יריחו האָבן אים געזען פֿון אַ קעגן
איבער ,און זײ האָבן געזאָגט :דער ג ַײסט פֿון ֵא ִלָיהון רוט אױף
ֶאלישען .און זײ ז ַײנען אים געקומען אַנטקעגן ,און האָבן זיך געבוקט
פֿאַר אים צו דער ערד 16 .און זײ האָבן צו אים געזאָגט :אָט ,איך
בעט דיך ,ז ַײנען צװישן ד ַײנע קנעכט פֿופֿציק מאַן ,העלדישע יונגען;
זאָלן זײ גײן ,איך בעט דיך ,און זוכן ד ַײן האַר; טאָמער האָט אים דער
ג ַײסט פֿון גאָט פֿאַרטראָגן און אים פֿאַרװאָרפֿן אױף אײנעם פֿון די
בערג ,אָדער אין אײנעם פֿון די טאָלן .האָט ער געזאָגט :איר זאָלט
ניט שיקן 17 .ז ַײנען זײ צוגעשטאַנען צו אים ביז ער האָט זיך
געשעמט ,און ער האָט געזאָגט :שיקט .און זײ האָבן געשיקט פֿופֿציק
מאַן ,און זײ האָבן געזוכט דר ַײ טעג ,און האָבן אים ניט געפֿונען18 .
האָבן זײ זיך אומגעקערט צו אים ,װי ער איז געזעסן אין יריחו; און
ער האָט צו זײ געזאָגט :האָב איך א ַײך ניט געזאָגט :איר זאָלט ניט
גײן?
19און די מענטשן פֿון דער שטאָט האָבן געזאָגט צו ֶאלישען :זע
נאָר ,דער אָרט פֿון דער שטאָט איז אַ גוטער ,אַזױ װי אונדזער האַר
זעט ,אָבער דאָס װאַסער איז שלעכט ,און דאָס לאַנד פֿאַרװאַרפֿט20 .
האָט ער געזאָגט :ברענגט מיר אַ נ ַײע שיסל ,און טוט אַר ַײן אַהין
זאַלץ .האָבן זײ עס אים געבראַכט 21 .און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו
דעם אַרױסגאַנג פֿונעם װאַסער ,און האָט אַהין אַר ַײנגעװאָרפֿן זאַלץ,
און געזאָגט :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :איך האָב געזונט געמאַכט דאָס
דאָזיקע װאַסער; מער זאָל פֿון דאָרטן ניט ז ַײן קײן טױט און קײן