Page 8 - Mlokhim b
P. 8

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫פֿאָלק; אַזױ װי ד ַײנע פֿערד אַזױ מ ַײנע פֿערד‪ 8 .‬האָט ער געפֿרעגט‪:‬‬
‫מיט װאָסער װעג זאָלן מיר אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט‪ :‬מיטן װעג‬

                                              ‫פֿון דעם מדבר פֿון אדום‪.‬‬

‫‪ 9‬איז געגאַנגען דער מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬און דער מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬און‬
‫דער מלך פֿון אדום‪ ,‬און זײ האָבן זיך אַרומגעדרײט זיבן טעג װעגס‪,‬‬
‫און עס איז ניט געװען קײן װאַסער פֿאַרן חיל‪ ,‬און פֿאַר די בהמות‬
‫װאָס הינטער זײ‪ 10 .‬האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט‪ :‬װײ! װאָרום‬
‫גאָט האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דר ַײ מלכים‪ ,‬זײ צו געבן אין דער‬
‫האַנט פֿון מואָבֿ‪ 11 .‬האָט יהוֹשפֿט געזאָגט‪ :‬איז דאָ ניטאָ אַ נבֿיא פֿון‬
‫גאָט‪ ,‬אַז מיר זאָלן פֿרעגן דורך אים ב ַײ גאָט? האָט זיך אָפּגערופֿן‬
‫אײנער פֿון די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬דאָ‬
‫איז דאָ ֶאלישע דער זון פֿון ָשפֿטן‪ ,‬װאָס האָט געגאָסן װאַסער אױף‬
‫די הענט פֿון ֵא ִלָיהון‪ 12 .‬האָט יהוֹשפֿט געזאָגט‪ :‬ב ַײ אים איז דאָ דאָס‬

                                                        ‫װאָרט פֿון גאָט‪.‬‬

‫און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט און דער מלך פֿון אדום האָבן‬
‫אַראָפּגענידערט צו אים‪ 13 .‬האָט ֶאלישע געזאָגט צו דעם מלך פֿון‬
‫ישׂראל‪ :‬װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר? גײ צו די נבֿיאים פֿון ד ַײן‬
‫פֿאָטער‪ ,‬און צו די נבֿיאים פֿון ד ַײן מוטער‪ .‬האָט דער מלך פֿון ישׂראל‬
‫צו אים געזאָגט‪ :‬ניטע! װאָרום גאָט האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע‬
‫דר ַײ מלכים‪ ,‬זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מואָבֿ‪ 14 .‬האָט ֶאלישע‬
‫געזאָגט‪ :‬אַזױ װי עס לעבט גאָט פֿון צבֿאות װאָס איך שטײ פֿאַר אים‪,‬‬
‫אַז װען איך שױן ניט דעם פּנים פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה‪,‬‬
‫אױב איך װאָלט געקוקט אױף דיר‪ ,‬און אױב איך װאָלט דיך אָנגעזען!‬

                                ‫‪ 15‬און אַצונד‪ ,‬ברענגט מיר אַ שפּילער‪.‬‬

‫און עס איז געװען‪ ,‬װי דער שפּילער האָט געשפּילט‪ ,‬אַזױ איז אױף‬
‫אים געװען די האַנט פֿון גאָט‪ 16 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט‬
‫גאָט געזאָגט‪ :‬מאַכט דעם דאָזיקן טאָל גריבער אױף גריבער‪17 .‬‬
‫װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬איר װעט ניט זען קײן װינט‪ ,‬און ניט‬
‫זען קײן רעגן‪ ,‬און דער דאָזיקער טאָל װעט אָנגעפֿילט װערן מיט‬
‫װאַסער‪ ,‬און איר װעט טרינקען‪ ,‬איר און א ַײערע פֿי און א ַײערע‬
‫בהמות‪ 18 .‬און דאָס איז נאָך װינציק אין די אױגן פֿון גאָט; ער װעט‬
‫א ַײך געבן מואָבֿ אין א ַײער האַנט‪ 19 .‬און איר װעט שלאָגן‬
‫יעטװעדער באַפֿעסטיקטע שטאָט‪ ,‬און יעטװעדער אױסדערװײלטע‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13