Page 5 - Mlokhim b
P. 5

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫אַװעק ד ַײן האַר פֿון ד ַײן קאָפּ? האָט ער געזאָגט‪ :‬יאָ‪ ,‬איך װײס;‬
                                                                ‫שװ ַײגט‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט ֵא ִלָיהו צו אים געזאָגט‪ֶ :‬אלישע‪ ,‬בל ַײב דאָ‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫װאָרום גאָט האָט מיך געשיקט קײן יריחו‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬אַזױ װי‬
 ‫גאָט לעבט‪ ,‬און אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט‪ ,‬אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן‪.‬‬

                                     ‫און זײ ז ַײנען געקומען קײן יריחו‪.‬‬

‫‪ 5‬האָבן גענענט די יונגע נבֿיאים װאָס אין יריחו צו ֶאלישען‪ ,‬און‬
‫האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬װײסטו אַז ה ַײנט נעמט גאָט אַװעק ד ַײן האַר‬

              ‫פֿון ד ַײן קאָפּ? האָט ער געזאָגט‪ :‬יאָ‪ ,‬איך װײס; שװ ַײגט‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט ֵא ִלָיהו צו אים געזאָגט‪ :‬בל ַײב דאָ‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬װאָרום גאָט‬
‫האָט מיך געשיקט ביזן ירדן‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬אַזױ װי גאָט לעבט‪,‬‬

             ‫און אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט‪ ,‬אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן!‬

                                         ‫און זײ ז ַײנען בײדע געגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 7‬ז ַײנען פֿופֿציק מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים געגאַנגען‪ ,‬און האָבן זיך‬
‫געשטעלט אַ קעגן איבער פֿון דער װ ַײטן; און זײ בײדע ז ַײנען‬
‫געשטאַנען ב ַײם ירדן‪ 8 .‬האָט ֵא ִלָיהו גענומען ז ַײן מאַנטל‪ ,‬און‬
‫צונױפֿגעװיקלט‪ ,‬און געשלאָגן דאָס װאַסער‪ ,‬און עס האָט זיך‬
‫צעטײלט אַהין און אַהער‪ ,‬און זײ ז ַײנען בײדע אַריבערגעגאַנגען אין‬
‫טריקעניש‪ 9 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ‬
‫האָט ֵא ִלָיהו געזאָגט צו ֶאלישען‪ :‬בעט װאָס איך זאָל דיר טאָן‪,‬‬
‫אײדער איך װעל אַװעקגענומען װערן פֿון דיר‪ .‬האָט ֶאלישע געזאָגט‪:‬‬
‫זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַ צװײעדיקער טײל פֿון ד ַײן ג ַײסט ז ַײן אױף מיר‪.‬‬
‫‪ 10‬האָט ער געזאָגט‪ :‬האָסט אַ שװערע זאַך געבעטן‪ .‬אױב דו װעסט‬
‫מיך זען װען איך װער אַװעקגענומען פֿון דיר‪ ,‬װעט דיר אַזױ געשען‪,‬‬

                                 ‫אױב אָבער ניט‪ ,‬װעט עס ניט געשען‪.‬‬

‫‪ 11‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ גײען אַזױ‪ ,‬גײען און רעדן‪ ,‬ערשט אַ‬
‫פֿ ַײערדיקער ר ַײטװאָגן מיט פֿ ַײערדיקע פֿערד‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן זײ בײדן‪ ,‬און ֵא ִלָיהו איז אַרױף מיט אַ‬
‫שטורעמװינט אין הימל‪ 12 .‬און װי ֶאלישע האָט עס געזען‪ ,‬אַזױ האָט‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10