Page 10 - Mlokhim b
P. 10

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 1‬און אײנע אַ פֿרױ פֿון די װ ַײבער פֿון די יונגע נבֿיאים האָט‬

‫געשרִיען צו ֶאלישע‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ד ַײן קנעכט‪ ,‬מ ַײן מאַן‪ ,‬איזד‬

‫טױט; און דו װײסט אַז ד ַײן קנעכט איז געװען גאָטספֿאָרכטיק; און‬
‫דער ַב ַעל‪-‬חובֿ איז געקומען נעמען צו זיך מ ַײנע צװײ קינדער פֿאַר‬
‫קנעכט‪ 2 .‬האָט ֶאלישע צו איר געזאָגט‪ :‬װאָס זאָל איך דיר טאָן? זאָג‬
‫מיר װאָס האָסטו אין הױז? האָט זי געזאָגט‪ :‬ד ַײן דינסט האָט‬
‫גאָרנישט אין הױז‪ ,‬נאָר בלױז אַ קריגל אײל‪ 3 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬גײ‪,‬‬
‫באָרג דיר כּלים פֿון דערױסן‪ ,‬פֿון אַלע ד ַײנע שכנים‪ ,‬לײדיקע כּלים;‬
‫זאָלסט ניט קאַרגן‪ 4 .‬און זאָלסט אַר ַײנגײן און פֿאַרשליסן די טיר‬
‫הינטער דיר און הינטער ד ַײנע זין‪ ,‬און זאָלסט אָנגיסן אין אַלע די‬

                      ‫דאָזיקע כּלים; און די פֿולע זאָלסטו אַװעקרוקן‪.‬‬

‫‪ 5‬איז זי אַװעקגעגאַנגען פֿון אים‪ ,‬און זי האָט פֿאַרשלאָסן די טיר‬
‫הינטער זיך און הינטער אירע זין‪ :‬זײ האָבן איר דערלאַנגט‪ ,‬און זי‬
‫האָט אָנגעגאָסן‪ 6 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי די כּלים ז ַײנען געװאָרן פֿול‪,‬‬
‫אַזױ האָט זי געזאָגט צו איר זון‪ :‬דערלאַנג מיר נאָך אַ כּלי‪ .‬האָט ער‬
‫צו איר געזאָגט‪ :‬ניטאָ מער קײן כּלי‪ .‬און דאָס אײל האָט זיך‬

                                                          ‫אָפּגעשטעלט‪.‬‬

‫‪ 7‬איז זי געקומען‪ ,‬און האָט דערצײלט דעם געטלעכן מאַן‪ ,‬און ער‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬גײ פֿאַרקױף דאָס אײל‪ ,‬און באַצאָל ד ַײן חובֿ‪ ,‬און דו‬

                          ‫מיט ד ַײנע זין װעסט לעבן אױף דעם רעשט‪.‬‬

‫‪ 8‬און עס איז געװען אײן טאָג‪ ,‬איז ֶאלישע אַריבערגעגאַנגען קײן‬
‫שוֵּנם‪ ,‬און דאָרטן איז געװען אַ ר ַײכע פֿרױ‪ ,‬האָט זי אים פֿאַרהאַלטן‬
‫צו עסן ברױט‪ .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז װען נאָר ער איז דורכגעגאַנגען‪,‬‬
‫פֿלעגט ער פֿאַרקערן אַהין צו עסן ברױט‪ 9 .‬האָט זי געזאָגט צו איר‬
‫מאַן‪ :‬זע‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איך װײס אַז דאָס איז אַ הײליקער מאַן פֿון‬
‫גאָט װאָס גײט דורך ב ַײ אונדז תּמיד‪ 10 .‬לאָמיר מאַכן‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫אַ קלײן געמױערט אױבערסטיבל‪ ,‬און לאָמיר דאָרטן אַװעקשטעלן‬
‫פֿאַר אים אַ בעט‪ ,‬און אַ טיש און אַ שטול‪ ,‬און אַ לאָמפּ‪ ,‬און עס‬

       ‫װעט ז ַײן‪ ,‬װי ער קומט צו אונדז‪ ,‬אַזױ װעט ער א ַײנקערן אַהין‪.‬‬

‫‪ 11‬און עס איז געװען אײן טאָג‪ ,‬איז ער אַהין געקומען‪ ,‬און ער האָט‬
‫א ַײנגעקערט אין דער אױבערשטוב‪ ,‬און האָט זיך דאָרטן געלײגט‪12 .‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15