Page 13 - Mlokhim b
P. 13
ְמ ָל ִכים ב
אױף אים ,ביז דער ל ַײב פֿון י ִינגל איז געװאָרן װאַרעם 35 .און ער
האָט זיך אומגעקערט ,און איז אומגעגאַנגען אין הױז אײן מאָל אַהין
און אײן מאָל אַהער; און ער איז אַרױף און האָט זיך אױסגעצױגן
אױף אים; און דער י ִינגל האָט גענאָסן ביז זיבן מאָל ,און דער יִינגל
האָט אױפֿגעמאַכט ז ַײנע אױגן.
38האָט ער גערופֿן ֵגיחזין ,און האָט געזאָגט :רוף די דאָזיקע
שוַּנמית .האָט ער זי גערופֿן ,און זי איז אַר ַײנגעקומען צו אים; האָט
ער געזאָגט :נעם ד ַײן זון.
37איז זי צוגעקומען ,און איז געפֿאַלן צו ז ַײנע פֿיס ,און האָט זיך
געבוקט צו דער ערד .און זי האָט גענומען איר זון ,און איז
אַרױסגעגאַנגען.
38און ֶאלישע האָט זיך אומגעקערט קײן ִגלָגל; און אַ הונגער איז
געװען אין לאַנד; און די יונגע נבֿיאים ז ַײנען געזעסן פֿאַר אים; האָט
ער געזאָגט צו ז ַײן יונג :שטעל צו דעם גרױסן טאָפּ ,און קאָך אָפּ אַ
געקעכטס פֿאַר די יונגע נבֿיאים 39 .איז אײנער אַרױסגעגאַנגען אין
פֿעלד קל ַײבן קר ַײטעכער ,און ער האָט געפֿונען אַ פֿעלדבײמל און
האָט אָנגעקליבן דערפֿון װילדע אוגערקעס אַ פֿול קלײד ז ַײנס .און
ער איז געקומען און האָט עס אַר ַײנגעשניטן אין טאָפּ געקעכטס;
װ ַײל זײ האָבן עס ניט געקענט 40 .האָט מען אַר ַײנגעגאָסן די
מענטשן צום עסן; און עס איז געװען ,װי זײ האָבן געגעסן פֿון דעם
געקעכטס ,אַזױ האָבן זײ אױסגעשרִיען און געזאָגט :טױט איז אין
טאָפּ ,געטלעכער מאַן .און זײ האָבן ניט געקענט עסן 41 .האָט ער
געזאָגט :טאָ ברענגט מעל .און ער האָט אַר ַײנגעשאָטן אין טאָפּ ,און
האָט געזאָגט :גיס אַר ַײן פֿאַר די מענטשן ,און זאָלן זײ עסן .און קײן
שום בײז איז אין טאָפּ ניט געװען.
42און אַ מאַן איז געקומען פֿון ַב ַעלָ -ש ִל ָשה ,און האָט געבראַכט דעם
געטלעכן מאַן ברױט פֿון ערשטער תּבֿואה ,צװאַנציק גערשטענע
ברױטן ,און פֿרישע זאַנגען אין ז ַײן זאַק .האָט ער געזאָגט :גיב די
מענטשן און זאָלן זײ עסן 43 .האָט ז ַײן משרת געזאָגט :װי קען איך
דאָס דערלאַנגען פֿאַר הונדערט מאַן? האָט ער געזאָגט :גיב די
מענטשן ,און זאָלן זײ עסן .װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט :זײ װעלן