Page 12 - Mlokhim b
P. 12
ְמ ָל ִכים ב
25און זי איז געגאַנגען און געקומען צום געטלעכן מאַן אױפֿן באַרג
ַכּרמל .און עס איז געװען ,װי דער געטלעכער מאַן האָט זי דערזען
פֿון װ ַײטן ,אַזױ האָט ער געזאָגט צו ז ַײן יונג ֵגיחזין :אָן איז יענע
שוַּנמית 26 .אַצונד לױף אַקאָרשט איר אַנטקעגן ,און זאָג צו איר :איז
פֿריד צו דיר? איז פֿריד צו ד ַײן מאַן? איז פֿריד צום קינד? האָט זי
געזאָגט :פֿריד.
27און זי איז געקומען צום געטלעכן מאַן אױפֿן באַרג ,און זי האָט
זיך אָנגענומען אָן ז ַײנע פֿיס; האָט ֵגיחזי גענענט זי אַװעקצושטױסן,
אָבער דער געטלעכער מאַן האָט געזאָגט :לאָז זי אָפּ ,װאָרום איר
זעל איז פֿאַרביטערט ,און גאָט האָט פֿאַרהױלן פֿון מיר ,און האָט מיר
ניט דערצײלט.
28האָט זי געזאָגט :האָב איך דען געבעטן אַ זון ב ַײ מ ַײן האַר? האָב
איך ניט געזאָגט :זאָלסט מיך ניט גענאַרן?
29האָט ער געזאָגט צו ֵגיחזין :גורט אָן ד ַײנע לענדן ,און נעם מ ַײן
שטעקן אין ד ַײן האַנט ,און גײ; אַז דו װעסט אָנטרעפֿן עמיצן,
זאָלסטו אים ניט באַגריסן ,און אַז עמעצער װעט דיך באַגריסן,
זאָלסטו אים ניט ענטפֿערן; און זאָלסט אַרױפֿטאָן מ ַײן שטעקן אױפֿן
י ִינגלס פּנים.
30האָט געזאָגט די מוטער פֿון י ִינגל :אַזױ װי גאָט לעבט ,און אַזױ װי
ד ַײן זעל לעבט ,אױב איך װעל דיך אָפּלאָזן! איז ער אױפֿגעשטאַנען
און איז געגאַנגען נאָך איר.
31און ֵגיחזי איז אַװעקגעגאַנגען זײ פֿאַרױס ,און האָט אַרױפֿגעטאָן
דעם שטעקן אױפֿן יִינגלס פּנים ,אָבער קײן ָקול און קײן הערונג.
האָט ער זיך אומגעקערט אים אַנטקעגן ,און האָט אים דערצײלט,
אַזױ צו זאָגן :דער יִינגל האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט.
32און ֶאלישע איז געקומען אין הױז ,ערשט דער י ִינגל איז טױט,
אַװעקגעלײגט אױף ז ַײן בעט 33 .איז ער אַר ַײנגעגאַנגען און האָט
פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זײ צװײען ,און ער האָט מתפּלל געװען
צו גאָט 34 .און ער איז אַרױף און האָט זיך געלײגט איבערן קינד ,און
האָט אַרױפֿגעטאָן ז ַײן מױל אױף ז ַײן מױל ,און ז ַײנע אױגן אױף ז ַײנע
אױגן ,און ז ַײנע הענט אױף ז ַײנע הענט ,און ער האָט זיך אױסגעצױגן