Page 3 - Mlokhim b
P. 3
ְמ ָל ִכים ב
אונדז געזאָגט :גײט קערט א ַײך אום צו דעם מלך װאָס האָט א ַײך
געשיקט ,און איר זאָלט רעדן צו אים :אַזױ האָט יהוה געזאָגט :צי
װ ַײל אין ישׂראל איז קײן גאָט ניטאָ ,שיקסטו פֿרעגן ב ַײ ַב ַעל-זבֿוּבֿ
דעם גאָט פֿון עקרון? דרום ,דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין,
דערפֿון װעסטו ניט אַראָפּנידערן ,נ ַײערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן.
7האָט ער צו זײ גערעדט :װאָס איז דאָס אױסזען פֿון דעם מאַן װאָס
איז א ַײך אַרױפֿגעקומען אַנטקעגן; און האָט צו א ַײך גערעדט די
דאָזיקע רײד? 8האָבן זײ צו אים געזאָגט :אַ האָריקער מאַן מיט אַ
פֿעלענעם גאַרטל אָנגעגורט אױף ז ַײנע לענדן .האָט ער געזאָגט דאָס
איז ֵא ִלָיהו דער ִתּשבי.
9און ער האָט צו אים געשיקט אַ הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט ז ַײנע
פֿופֿציק .איז ער אַרױפֿגעגאַנגען צו אים ,ערשט ער זיצט אױפֿן שפּיץ
באַרג .האָט ער צו אים גערעדט :געטלעכער מאַן ,דער מלך האָט
געזאָגט :נידער אַראָפּ 10 .האָט ֵא ִלָיהו געענטפֿערט צו דעם
הױפּטמאַן פֿון די פֿופֿציק :איז ,אױב איך בין אַ געטלעכער מאַן ,זאָל
אַראָפּנידערן אַ פֿ ַײער פֿון הימל ,און פֿאַרצערן דיך און ד ַײנע פֿופֿציק.
האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿ ַײער פֿון הימל ,און האָט פֿאַרצערט אים
און ז ַײנע פֿופֿציק.
11האָט ער װידער געשיקט צו אים אַן אַנדער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק
מיט ז ַײנע פֿופֿציק .און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און גערעדט צו אים:
געטלעכער מאַן ,אַזױ האָט דער מלך געזאָגט :א ַײל זיך נידער
אַראָפּ 12 .האָט ֵא ִלָיהו געענטפֿערט און האָט צו זײ גערעדט :אױב
איך בין אַ געטלעכער מאַן ,זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿ ַײער פֿון הימל ,און
פֿאַרצערן דיך און ד ַײנע פֿופֿציק.
האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿ ַײער פֿון הימל ,און האָט פֿאַרצערט אים
און ז ַײנע פֿופֿציק.
13האָט ער װידער געשיקט צו אים אַ הױפּטמאַן פֿון דריטע פֿופֿציק
מיט ז ַײנע פֿופֿציק ,און דער דריטער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק איז
אַרױפֿגעגאַנגען ,און ער איז געקומען און האָט זיך געבוקט אױף ז ַײנע
קני פֿאַר ֵא ִלָיהון ,און ער האָט זיך ב ַײ אים געבעטן ,און האָט צו אים
גערעדט :געטלעכער מאַן ,זאָל ,איך בעט דיך ,מ ַײן נפֿש ,און די
נפֿשות פֿון די דאָזיקע פֿופֿציק קנעכט ד ַײנע ,ז ַײן װערדיק אין ד ַײנע