Page 24 - Mlokhim b
P. 24

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 12‬האָט ַחָז ֵאל געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס װײנט מ ַײן האַר? האָט ער געזאָגט‪:‬‬
‫װ ַײל איך װײס דאָס בײז װאָס דו װעסט אָנטאָן די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ .‬זײערע פֿעסטונגען װעסטו אַװעקלאָזן אין פֿ ַײער‪ ,‬און זײערע‬
‫יונגעל ַײט װעסטו הרגען מיטן שװערד‪ ,‬און זײערע קלײנע קינדער‬
‫װעסטו צעהאַקן‪ ,‬און זײערע טראָגעדיקע װעסטו אױפֿשפּאַלטן‪13 .‬‬
‫האָט ַחָז ֵאל געזאָגט‪ :‬אָבער װער איז ד ַײן קנעכט דער הונט‪ ,‬אַז ער‬
‫זאָל טאָן די דאָזיקע גרױסע זאַך? האָט ֶאלישע געזאָגט‪ :‬גאָט האָט‬

                             ‫מיר געװיזן דיך װי דער מלך איבער ארם‪.‬‬

‫‪ 14‬איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון ֶאלישען‪ ,‬און איז געקומען צו ז ַײן‬
‫האַר; האָט ער אים געפֿרעגט‪ :‬װאָס האָט ֶאלישע געזאָגט? האָט ער‬

          ‫געזאָגט‪ :‬ער האָט מיר געזאָגט‪ ,‬גענעזן װעסטו גענעזן װערן‪.‬‬

‫‪ 15‬און עס איז געװען אױף מאָרגן‪ ,‬האָט ער גענומען דאָס שטריקטוך‬
‫און א ַײנגעטונקט אין װאַסער‪ ,‬און פֿאַרשפּרײט אױף ז ַײן פּנים‪ ,‬און‬

       ‫ער איז געשטאָרבן‪ .‬און ַחָז ֵאל איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 16‬און אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יוֹ ָרם דעם זון פֿון אַחאבֿן‪ ,‬דעם מלך פֿון‬
‫ישׂראל װען יהוֹשפֿט איז געװען דער מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬איז יהוֹרם דער‬
‫זון פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך‪ 17 .‬צװײ און‬
‫דר ַײסיק יאָר איז ער אַלט געװען‪ ,‬אַז ער איז געװאָרן מלך‪ ,‬און אַכט‬
‫יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים‪ 18 .‬און ער איז געגאַנגען אין‬
‫דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאבֿ‬
‫האָט געטאָן; װאָרום ער האָט געהאַט אַחאבֿס טאָכטער פֿאַר אַ װ ַײב;‬
‫און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ 19 .‬אָבער‬
‫גאָט האָט ניט געװאָלט אומברענגען יהוּדה פֿון ז ַײן קנעכט ָד ִודס‬
‫װעגן‪ ,‬אַזױ װי ער האָט אים צוגעזאָגט‪ ,‬צו געבן אים און ז ַײנע‬

                                             ‫קינדער אַ ליכט אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 20‬אין ז ַײנע טעג איז אדום אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬און זײ האָבן געמאַכט איבער זיך אַ מלך‪ 21 .‬איז יוֹ ָרם‬
‫אַריבערגעגאַנגען קײן ָצ ִעיר און אַלע ר ַײטװעגן מיט אים‪ ,‬און ער איז‬
‫אױפֿגעשטאַנען ב ַײ נאַכט‪ ,‬און האָט געשלאָגן די אַדוֹמים װאָס האָבן‬
‫אים אַרומגערינגלט‪ ,‬און די הױפּטל ַײט פֿון די ר ַײטװעגן; און דאָס‬
‫פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן צו ז ַײנע געצעלטן‪ 22 .‬אָבער אדום איז‬
   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29