Page 29 - Mlokhim b
P. 29

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 29‬און אין עלפֿטן יאָר פֿון יוֹ ָרם דעם זון פֿון אַחאבֿן איז אַ ַחזָיה‬
                                            ‫געװאָרן מלך איבער יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 30‬און ֵיהוּא איז געקומען קײן יזרעאל‪ .‬און ִאיֶזבֿל האָט דערהערט‪,‬‬
‫און זי האָט אַרױפֿגעטאָן פֿאַרב אױף אירע אױגן‪ ,‬און האָט פֿאַרפּוצט‬
‫איר קאָפּ‪ ,‬און אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער‪ 31 .‬און װי ֵיהוּא איז‬
‫אַר ַײנגעקומען אין טױער‪ ,‬אַזױ האָט זי געזאָגט‪ :‬װאָס מאַכט ִזמרי‬

                                            ‫דער מערדער פֿון ז ַײן האַר?‬

‫‪ 32‬האָט ער אױפֿגעהױבן ז ַײן פּנים צום פֿענצטער‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫װער איז מיט מיר‪ ,‬װער? האָבן אַרױסגעקוקט צו אים צװײ דר ַײ‬
‫הױפֿדינער‪ 33 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬של ַײדערט זי אַראָפּ‪ .‬און זײ האָבן זי‬
‫אַראָפּגעשל ַײדערט; און פֿון איר בלוט האָט אַרױפֿגעשפּריצט אױף‬

             ‫דער װאַנט און אױף די פֿערד‪ .‬און מע האָט זי צעטרעטן‪.‬‬

‫‪ 34‬און ער איז אַר ַײנגעגאַנגען‪ ,‬און האָט געגעסן און געטרונקען‪ ,‬און‬
‫ער האָט געזאָגט‪ :‬באַשטאַט‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬די דאָזיקע‬

   ‫פֿאַרשאָלטענע‪ ,‬און באַגראָבט זי‪ ,‬װאָרום אַ מלכס טאָכטער איז זי‪.‬‬

‫‪ 35‬ז ַײנען זײ געגאַנגען זי באַגראָבן‪ ,‬אָבער זײ האָבן מער פֿון איר ניט‬
‫געפֿונען‪ ,‬װי בלױז דעם שאַרבן‪ ,‬און די פֿיס‪ ,‬און די האַנטפֿלעכן‪36 .‬‬
‫האָבן זײ זיך אומגעקערט‪ ,‬און האָבן אים דערצײלט‪ .‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬דאָס איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט דורך‬
‫ז ַײן קנעכט ֵא ִלָיהו דעם ִתּשבי‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אין דעם שטיק לאַנד פֿון‬
‫יזרעאל װעלן די הינט עסן דאָס פֿלײש פֿון ִאיֶזבֿלען‪ 37 .‬און דער‬
‫טױטער ל ַײב פֿון ִאיֶזבֿלען װעט ז ַײן אױפֿן שטיק לאַנד פֿון יזרעאל‬
‫אַזױ װי מיסט אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד‪ ,‬אַז מע װעט קענען זאָגן‪ :‬דאָס איז‬

                                                                 ‫ִאיֶזבֿל‪.‬‬

‫‪ 1‬און אַחאבֿ האָט געהאַט זיבעציק זין אין שומרון‪ .‬האָט ֵיהוּא‬

‫געשריבן בריװ‪ ,‬און האָט געשיקט קײן שומרון צו די האַרן פֿוןי‬

‫יזרעאל‪ ,‬די עלטסטע‪ ,‬און צו די װאָס ז ַײנען געװען דערצ ִיער ב ַײ‬
‫אַחאבֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬און אַצונד‪ ,‬װי עס קומט צו א ַײך דער‬
‫דאָזיקער בריװ‪ ,‬אַזױ װי ב ַײ א ַײך ז ַײנען די זין פֿון א ַײער האַר‪ ,‬און ב ַײ‬
‫א ַײך ז ַײנען דאָ ר ַײטװעגן און פֿערד‪ ,‬און אַ פֿעסטונגשטאָט און װאַפֿן‪.‬‬
   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34