Page 32 - Mlokhim b
P. 32
ְמ ָל ִכים ב
און ֵיהוּא האָט דאָס געטאָן מיט באַטרוג ,כּדי אונטערצוברענגען די
דינער פֿון ַב ַעל.
20און ֵיהוּא האָט געזאָגט :הײליקט אַן א ַײנזאַמלונג צו ַב ַעל .האָבן
זײ עס אױסגערופֿן .21 .און ֵיהוּא האָט געשיקט אין גאַנץ ישׂראל ,און
אַלע דינער פֿון ַב ַעל ז ַײנען געקומען ,און עס איז ניט געבליבן אַ
מענטש װאָס איז ניט געקומען .און זײ ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין הױז
פֿון ַב ַעל; און דאָס הױז פֿון ַב ַעל איז געװאָרן אָנגעפֿילט פֿון עק צו
עק.
22האָט ער געזאָגט צו דעם מאַן װאָס איבער דער קלײדער-קאַמער:
גיב אַרױס מלבושים צו אַלע דינער פֿון ַב ַעל .און ער האָט זײ
אַרױסגעגעבן די מלבושים.
23און ֵיהוּא איז אַר ַײנגעגאַנגען מיט יהוָנדבֿ דעם זון פֿון ֵר ָכבֿן אין
הױז פֿון ַב ַעל ,און ער האָט געזאָגט צו די דינער פֿון ַב ַעל :זוכט נאָך
און זעט ,אַז דאָ זאָל ניט ז ַײן מיט א ַײך פֿון די קנעכט פֿון יהוה ,נאָר
בלױז ַב ַעל-דינער אַלײן 24 .און זײ ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען צו מאַכן
שלאַכטאָפּפֿער און בראַנדאָפּפֿער.
און ֵיהוּא האָט זיך געשטעלט דרױסן אַכציק מאַן ,און אָנגעזאָגט:
אױב עמעצער װעט אַנטרונען װערן פֿון די מענטשן װאָס איך גיב
איבער אױף א ַײערע הענט ,איז ד ַײן נפֿש פֿאַר יענעמס נפֿש.
25און עס איז געװען ,װי ער האָט געענדיקט מאַכן דאָס
בראַנדאָפּפֿער ,אַזױ האָט ֵיהוּא געזאָגט צו די לױפֿערס און צו די
הױפּטל ַײט :גײט אַר ַײן דערשלאָגט זײ; קײנער זאָל ניט אַרױס.
האָבן זײ זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; און די לױפֿערס און
די הױפּטל ַײט האָבן זײ אַרױסגעװאָרפֿן ,און ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען צו
דער שטאָט פֿון ַב ַעלס הױז 26 .און זײ האָבן אַרױסגענומען די
ז ַײלשטײנער פֿון ַב ַעלס הױז ,און זײ פֿאַרברענט 27 .און זײ האָבן
צעבראָכן דעם ז ַײלשטײן פֿון ַב ַעל ,און האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון
ַב ַעל ,און האָבן עס געמאַכט פֿאַר אָפּטריטן ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
28און ֵיהוּא האָט פֿאַרטיליקט ַב ַעל פֿון ישׂראל 29 .אָבער פֿון די זינד
פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,מיט װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן