Page 35 - Mlokhim b
P. 35
ְמ ָל ִכים ב
15האָט יהוָֹי ָדע דער כּהן באַפֿױלן די הױפּטל ַײט פֿון די הונדערטן ,די
אױפֿזעער פֿון חיל ,און ער האָט צו זײ געזאָגט :פֿירט זי אַרױס ביז
אינעװײניק פֿון די רײען; און דעם װאָס גײט איר נאָך ,טײט מיטן
שװערד .װאָרום דער כּהן האָט געזאָגט :זי זאָל ניט געטײט װערן אין
הױז פֿון גאָט.
16האָבן זײ געמאַכט פֿאַר איר אָרט ,און זי איז אַר ַײנגעגאַנגען דורך
דעם פֿערדא ַײנגאַנג אין מלכס הױז ,און איז דאָרטן געטײט געװאָרן.
17און יהוָֹי ָדע האָט געשלאָסן אַ בונד צװישן יהוה און צװישן דעם
מלך און דעם פֿאָלק ,צו ז ַײן דאָס פֿאָלק פֿון יהוה; אױך צװישן דעם
מלך און צװישן דעם פֿאָלק 18 .און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד איז
אַר ַײנגעגאַנגען אין הױז פֿון ַב ַעל ,און זײ האָבן עס א ַײנגעװאָרפֿן;
ז ַײנע מזבחות און ז ַײנע בילדער האָבן זײ גוט צעבראָכן ,און ַמתּן
דעם כּהן פֿון ַב ַעל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות.
און דער כּהן האָט געמאַכט אױפֿזעער איבער דעם הױז פֿון גאָט19 .
און ער האָט גענומען די הױפּטל ַײט פֿון די הונדערטן ,און די ָכּרים,
און די לױפֿערס ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד ,און זײ האָבן
אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון גאָטס הױז ,און זײ ז ַײנען
אַר ַײנגעגאַנגען דורך דעם טױער פֿון די לױפֿערס אין מלכס הױז .און
ער האָט זיך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון די מלכים 20 .און דאָס גאַנצע
פֿאָלק פֿון לאַנד האָט זיך געפֿרײט ,און די שטאָט איז געװען רוִיק.
און ַע ַתלָיהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד אין מלכס הױז.
1זיבן יאָר איז יהואש אַלט געװען ,אַז ער איז געװאָרן מלך2 .
אין זיבעטן יאָר פֿון ֵיהוּאן איז יהואש געװאָרן מלך ,אוןיב
פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים ,און דער נאָמען פֿון ז ַײן
מוטער איז געװען ִצבָֿיה פֿון ב ֵארֶ -שבֿע.
3און יהואש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון
גאָט אַלע ז ַײנע טעג ,אַזױ װי יהוָֹי ָדע דער כּהן האָט אים געלערנט4 .
נאָר די ָבמות ז ַײנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך
אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די ָבמות.