Page 36 - Mlokhim b
P. 36
ְמ ָל ִכים ב
5און יהואש האָט געזאָגט צו די כּהנים :אַל דאָס געהײליקטע
זילבער װאָס װערט געבראַכט אין גאָטס הױז אין גאַנגבאַרן געלט,
דאָס געלט פֿון נפֿשות לױט איטלעכנס אָפּשאַצונג ,אַל דאָס געלט
װאָס עמיצן קומט אַרױף אױפֿן האַרצן צו ברענגען אין הױז פֿון גאָט,
6זאָלן די כּהנים נעמען פֿאַר זיך ,איטלעכער פֿון ז ַײן געבער; און
זײ זאָלן פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז ,װוּ נאָר אַ
צעבראָכענער אָרט װעט זיך דאָרטן געפֿינען.
7אָבער עס איז געװען אין דר ַײ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון מלך
יהואש ,האָבן די כּהנים נאָך ניט געהאַט פֿאַרריכט די צעבראָכענע
ערטער פֿון הױז 8 .האָט דער מלך יהואש גערופֿן יהוָֹי ָדע דעם כּהן,
און די ]אַנדערע[ כּהנים ,און ער האָט צו זײ געזאָגט :פֿאַר װאָס
פֿאַרריכט איר ניט די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז? און אַצונד ,זאָלט
איר מער ניט נעמען קײן געלט פֿון א ַײערע געבער ,נ ַײערט אױף די
צעבראָכענע ערטער פֿון הױז זאָלט איר עס אָפּגעבן.
9האָבן די כּהנים א ַײנגעװיליקט ,ניט צו נעמען דאָס געלט פֿון דעם
פֿאָלק ,און ניט צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז.
10און יהוָֹי ָדע דער כּהן האָט גענומען אַ קאַסטן ,און האָט
אױסגעשניטן אַ לאָך אין ז ַײן טירל ,און האָט אים אַװעקגעשטעלט
לעבן מזבח ,אױף דער רעכטער ז ַײט װי מע קומט אַר ַײן אין הױז פֿון
גאָט; און אַהין פֿלעגן די כּהנים װאָס היטן די שװעל ,אַר ַײנטאָן דאָס
גאַנצע געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון גאָט 11 .און
עס איז געװען ,װי זײ האָבן געזען אַז אין קאַסטן איז דאָ פֿיל געלט,
אַזױ איז אַרױפֿגעקומען דער שר ַײבער פֿון מלך ,און דער כּהן-גדול,
און זײ האָבן א ַײנגעבונדן און איבערגעצײלט דאָס געלט װאָס האָט
זיך געפֿונען אין הױז פֿון גאָט 12 .און זײ פֿלעגן איבערגעבן דאָס
אױסגעצײלטע געלט אין די הענט פֿון די װערקמ ַײנסטערס װאָס
ז ַײנען געװען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון גאָט; און זײ האָבן עס
אױסגעצאָלט צו די האָלצמ ַײנסטערס און צו די בױמ ַײנסטערס װאָס
האָבן געאַרבעט אין הױז פֿון גאָט 13 ,און צו די מױערער ,און צו די
שטײנהעקער ,און אױף צו קױפֿן האָלץ און געהאַקטע שטײנער ,צו
פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון גאָטס הױז ,און אױף אַלץ
װאָס איז אַװעקגעגאַנגען אױפֿן הױז ,צום פֿאַרריכטן.