Page 40 - Mlokhim b
P. 40
ְמ ָל ִכים ב
און באַנדעס פֿון מואָבֿ פֿלעגן קומען אין לאַנד ב ַײם אָנקום פֿון יאָר.
21און עס איז געװען ,מע באַגראָבט אַזױ אַ מענטשן ,ערשט זײ
דערזעען אַ באַנדע .האָבן זײ אַר ַײנגעװאָרפֿן דעם מאַן אין ֶאלישעס
קבֿר .און דער מאַן האָט זיך געק ַײקלט ביז ער האָט זיך אָנגערירט אָן
ֶאלישעס בײנער ,און איז לעבעדיק געװאָרן ,און האָט זיך געשטעלט
אױף ז ַײנע פֿיס.
22און ַחָז ֵאל דער מלך פֿון ארם האָט געדריקט ישׂראל אַלע טעג פֿון
יהוֹאָ ָחזן 23 .אָבער גאָט האָט זײ געל ַײטזעליקט און זיך דערבאַרימט
אױף זײ ,און האָט זיך צוגעקערט צו זײ פֿון װעגן ז ַײן בונד מיט
אבֿרהם ,יצחק ,און יעקבֿ ,און ער האָט זײ ניט געװאָלט אומברענגען,
און האָט זײ ניט אַװעקגעװאָרפֿן פֿון ז ַײן פּנים ביז אַצונד.
24און ַחָז ֵאל דער מלך פֿון ארם איז געשטאָרבן .און ז ַײן זון בןַ -ה ַדד
איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
25און יהואש דער זון פֿון יהוֹאָ ָחזן האָט צוריקגעקערט פֿון דער
האַנט פֿון בןַ -ה ַדד דעם זון פֿון ַחָז ֵאלן די שטעט װאָס ער האָט
געהאַט צוגענומען פֿון דער האַנט פֿון ז ַײן פֿאָטער יהוֹאָ ָחזן
אין מלחמה .דר ַײ מאָל האָט אים יוֹאָש געשלאָגן ,און האָט
צוריקגעקערט די שטעט פֿון ישׂראל.
1אין צװײטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון יוֹאָ ָחזן ,דעם מלך פֿון
ישׂראל ,איז אַ ַמצָיהו דער זון פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יהוּדהיד
געװאָרן מלך 2 .פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען ,אַז ער
איז געװאָרן מלך ,און נ ַײן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין
ירושלים .און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען יהוָֹי ָדען פֿון
ירושלים 3 .און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן
פֿון גאָט ,אָבער ניט אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער דוד; ער האָט געטאָן װי אַלץ
װאָס ז ַײן פֿאָטער יוֹאָש האָט געטאָן 4 .נאָר די ָבמות ז ַײנען ניט
אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און
גערײכערט אױף די ָבמות.
5און עס איז געװען ,װי די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט אין ז ַײן
האַנט ,אַזױ האָט ער דערשלאָגן ז ַײנע קנעכט װאָס האָבן דערשלאָגן