Page 42 - Mlokhim b
P. 42
ְמ ָל ִכים ב
15און די איבעריקע זאַכן פֿון יהואשען װאָס ער האָט געטאָן ,און
ז ַײן גבֿוּרהשאַפֿט ,און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַ ַמצָיהו
דעם מלך פֿון יהוּדה ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די
צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
16און יהואש האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ער איז
באַגראָבן געװאָרן אין שומרון לעבן די מלכים פֿון ישׂראל .און ז ַײן זון
ָי ָרבֿ ָעם איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
17און אַ ַמצָיהו דער זון פֿון יוֹאָשן ,דער מלך פֿון יהוּדה ,האָט
געלעבט נאָך דעם טױט פֿון יהואש דעם זון פֿון יהוֹאָ ָחזן ,דעם מלך
פֿון ישׂראל ,פֿופֿצן יאָר.
18און די איבעריקע זאַכן װעגן אַ ַמצָיהון ,זײ ז ַײנען שױן באַשריבן
אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
19און מע האָט געבונטעװעט אױף אים אַ בונט אין ירושלים ,און
ער איז אַנטלאָפֿן קײן ָלכיש; אָבער מע האָט נאָכגעשיקט נאָך אים
קײן ָלכיש ,און מע האָט אים דאָרטן געטײט 20 .און מע האָט אים
געבראַכט אױף פֿערד .און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין ירושלים
לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס-שטאָט.
21און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה האָט גענומען ַעַזרָיהן ,װאָס איז
געװען זעכצן יאָר אַלט ,און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר מלך אױפֿן
אָרט פֿון ז ַײן פֿאָטער אַ ַמצָיהון.
22ער האָט אַרומגעבױט ֵאי ַלת און האָט זי צוריקגעקערט צו יהוּדה.
נאָך דעם װי דער מלך האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן.
23אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אַ ַמצָיהו דעם זון פֿון יוֹאָשן ,דעם מלך פֿון
יהוּדה ,איז ָי ָרבֿ ָעם דער זון פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון ישׂראל געװאָרן
מלך אין שומרון] ,און האָט געקיניגט[ אײן און פֿערציק יאָר 24 .און
ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט; ער האָט זיך
ניט אָפּגעקערט פֿון אַלע זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,װאָס ער
האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל.