Page 38 - Mlokhim b
P. 38
ְמ ָל ִכים ב
1אין דר ַײ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון
אַ ַחזָיהון ,דעם מלך פֿון יהוּדה ,איז יהוֹאָ ָחז דער זון פֿון ֵיהוּאןיג
געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון] ,און האָט געקיניגט[ זיבעצן
יאָר 2 .און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט,
און איז געגאַנגען נאָך די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,װאָס ער
האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון.
3און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף ישׂראל ,און ער האָט
זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ַחָז ֵאל דעם מלך פֿון ארם ,און אין דער
האַנט פֿון ֶבןַ -ה ַדד דעם זון פֿון ַחָז ֵאלן ,אַלע טעג.
4האָט יהוֹאָ ָחז געבעטן צו גאָט ,און גאָט האָט צוגעהערט צו אים,
װאָרום ער האָט געזען די דריקונג פֿון ישׂראל ,אַז דער מלך פֿון ארם
האָט זײ געדריקט – 5און גאָט האָט געגעבן ישׂראל אַ העלפֿער ,און
זײ ז ַײנען אַרױס פֿון אונטער דער האַנט פֿון ארם; און די קינדער פֿון
ישׂראל ז ַײנען געזעסן אין זײערע געצעלטן אַזױ װי נעכטן-
אײערנעכטן 6 .אָבער זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון
דעם הױז פֿון ָי ָרבֿ ָעמען ,װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; זײ
ז ַײנען געגאַנגען דערין; און אױך די אַ ֵש ָרה איז געבליבן שטײן אין
שומרון 7 – .װאָרום ער האָט ניט איבערגעלאָזן יהוֹאָ ָחזן קײן
מאַנשאַפֿט ,נאָר בלױז פֿופֿציק ר ַײטער ,און צען ר ַײטװעגן ,און צען
טױזנט פֿוסגײער .װ ַײל דער מלך פֿון ארם האָט זײ אומגעבראַכט ,און
זײ געמאַכט אַזױ װי שטױב צום טרעטן.
8און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹאָ ָחזן ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,און ז ַײן גבֿוּרהשאַפֿט ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די
צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
9און יהוֹאָ ָחז האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און מע האָט אים
באַגראָבן אין שומרון .און ז ַײן זון יוֹאָש איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן
אָרט.
10אין זיבן און דר ַײסיקסטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יהוּדה איז
יהואש דער זון פֿון יהוֹאָ ָחזן געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון,
]און האָט געקיניגט[ זעכצן יאָר 11 .און ער האָט געטאָן װאָס איז
שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון אַלע