Page 33 - Mlokhim b
P. 33

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫ישׂראל‪ ,‬פֿון הינטער זײ האָט זיך ֵיהוּא ניט אָפּגעקערט–פֿון די‬
                ‫גילדערנע קעלבער װאָס אין ֵבית‪ֵ -‬אל און װאָס אין ָדן‪.‬‬

‫‪ 30‬און גאָט האָט געזאָגט צו ֵיהוּאן‪ :‬װ ַײל דו האָסט זיך גוט באַגאַנגען‬
‫צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מ ַײנע אױגן–געטאָן צו אַחאבֿס‬
‫הױז אַזױ װי אַלץ אין מ ַײן האַרצן‪ ,‬װעלן דיר קינדער פֿון פֿירטן ָדור‬

                                      ‫זיצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 31‬אָבער ֵיהוּא האָט ניט געהיט צו גײן אין דער תּורה פֿון יהוה דעם‬
‫גאָט פֿון ישׂראל מיט ז ַײן גאַנצן האַרצן; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט‬

    ‫פֿון די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעמען‪ ,‬װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 32‬אין יענע טעג האָט גאָט אָנגעהױבן אָפּצוהאַקן פֿון ישׂראל‪ .‬און‬
‫ַחָז ֵאל האָט זײ געשלאָגן אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל‪ 33 :‬פֿון ירדן‬
‫צו זונאױפֿגאַנג‪ ,‬דאָס גאַנצע לאַנד ִגל ָעד‪ ,‬די גדים‪ ,‬און די ראובֿנים‪,‬‬

      ‫און די מַנשים‪ ,‬פֿון ערוער װאָס ב ַײם טאָל אַרנון‪ִ -‬גל ָעד און בשן‪.‬‬

‫‪ 34‬און די איבעריקע זאַכן װעגן ֵיהוּאן‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬און ז ַײן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך‬

                     ‫פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 35‬און ֵיהוּא האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און מע האָט אים‬
‫באַגראָבן אין שומרון‪ .‬און ז ַײן זון יהוֹאָ ָחז איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן‬
‫אָרט‪ .‬און די טעג װאָס ֵיהוּא האָט געקיניגט איבער ישׂראל אין‬

                        ‫שומרון‪ ,‬ז ַײנען געװען אַכט און צװאַנציק יאָר‪.‬‬

‫‪ 1‬און װי ַע ַתלָיה די מוטער פֿון אַ ַחזָיהון האָט געזען אַז איר‬

‫זון איז טױט‪ ,‬אַזױ איז זי אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָטיא‬

‫אומגעבראַכט דעם גאַנצן קיניגלעכן אָפּשטאַם‪ 2 .‬האָט יהוֹ ֶשבֿע די‬
‫טאָכטער פֿון מלך יוֹ ָרם‪ ,‬אַ ַחזָיהס שװעסטער‪ ,‬גענומען יוֹאָש דעם זון‬
‫פֿון אַ ַחזָיהן‪ ,‬און האָט אים אַרױסגעגנבֿעט פֿון צװישן דעם מלכס‬
‫קינדער װאָס האָבן געזאָלט געטײט װערן‪ ,‬אים און ז ַײן אַם‪ ,‬אין אַ‬
‫שלאָפֿקאַמער; און מע האָט אים באַהאַלטן פֿון ַע ַתלָיהון‪ ,‬און ער איז‬
‫ניט געטײט געװאָרן‪ 3 .‬און ער איז געװען באַהאַלטן ב ַײ איר אין הױז‬

        ‫פֿון גאָט זעקס יאָר‪ .‬און ַע ַתלָיה האָט געקיניגט איבערן לאַנד‪.‬‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38