Page 37 - Mlokhim b
P. 37

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 14‬אָבער קײן זילבערנע בעקנס‪ ,‬שנײצמעסערס‪ ,‬שפּרענגבעקנס‪,‬‬
‫טרומײטן‪ ,‬קײן שום גילדערנע כּלי און זילבערנע כּלי‪ ,‬פֿלעגט ניט‬
‫געמאַכט װערן פֿאַר דעם הױז פֿון גאָט פֿון דעם געלט װאָס איז‬
‫געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון גאָט‪ 15 .‬נ ַײערט צו די‬
‫װערקמ ַײנסטערס פֿלעגט מען עס געבן‪ ,‬און זײ פֿלעגן דערמיט‬
‫פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון גאָט‪ 16 .‬און מע פֿלעגט זיך ניט רעכענען‬
‫מיט די מענטשן װאָס מע פֿלעגט געבן דאָס געלט אױף זײער האַנט‪,‬‬
‫אױף צו געבן צו די ַב ַעל‪-‬מלאָכהס‪ ,‬נ ַײערט אױף נאמנות האָבן זײ‬

                                                             ‫געאַרבעט‪.‬‬

‫‪ 17‬דאָס געלט פֿון שולדאָפּפֿער און דאָס געלט פֿון זינדאָפּפֿער פֿלעגט‬
‫ניט געבראַכט װערן אין הױז פֿון גאָט; דאָס פֿלעגט געהערן צו די‬

                                                                 ‫כּהנים‪.‬‬

‫‪ 18‬דענצמאָל איז אַרױפֿגעגאַנגען ַחָז ֵאל דער מלך פֿון ארם‪ ,‬און האָט‬
‫געהאַלטן מלחמה אױף ַגת‪ ,‬און האָט זי באַצװוּנגען‪ .‬און ַחָז ֵאל האָט‬

                         ‫געקערט ז ַײן פּנים אַרױפֿצוגײן אױף ירושלים‪.‬‬

‫‪ 19‬האָט יהואש דער מלך פֿון יהוּדה גענומען אַלע הײליקע זאַכן װאָס‬
‫יהוֹשפֿט‪ ,‬און יהוֹרם‪ ,‬און אַ ַחזָיהו‪ ,‬ז ַײנע עלטערן‪ ,‬די מלכים פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬האָבן געהײליקט‪ ,‬און ז ַײנע אײגענע געהײליקטע זאַכן‪ ,‬און‬
‫דאָס גאַנצע גאָלד װאָס האָט זיך געפֿונען אין די שאַצקאַמערן פֿון‬
‫גאָטס הױז און פֿון מלכס הױז‪ ,‬און ער האָט עס אַװעקגעשיקט צו‬

      ‫ַחָז ֵאל דעם מלך פֿון ארם‪ .‬און ער האָט אָפּגעצױגן פֿון ירושלים‪.‬‬

‫‪ 20‬און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹאָשן‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון‬

                                                  ‫די מלכים פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 21‬און ז ַײנע קנעכט ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבונטעװעט אַ‬
‫בונט‪ ,‬און האָבן דערשלאָגן יוֹאָשן אין בית‪ִ -‬מלוא װאָס נידערט אַראָפּ‬
‫צו ִסלאָ‪ 22 .‬יוֹזכר דער זון פֿון ִשמ ָעתן‪ ,‬און יהוָֹזבֿד דער זון פֿון‬
‫שומרן‪ ,‬ז ַײנע קנעכט‪ ,‬האָבן אים געשלאָגן‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬
‫און מע האָט אים באַגראָבן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס‪-‬שטאָט‪ .‬און‬

                       ‫ז ַײן זון אַ ַמצָיה איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬
   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42