Page 34 - Mlokhim b
P. 34
ְמ ָל ִכים ב
4און אױפֿן זיבעטן יאָר האָט יהוָֹי ָדע געשיקט און האָט גענומען די
הױפּטל ַײט איבער די הונדערטן ,פֿון די ָכּרים און פֿון די לױפֿערס ,און
ער האָט זײ געבראַכט צו זיך אין הױז פֿון גאָט ,און ער האָט מיט זײ
געשלאָסן אַ בונד ,און האָט זײ באַשװאָרן אין הױז פֿון גאָט ,און זײ
געװיזן דעם מלכס זון 5 .און ער האָט זײ באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :דאָס
איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן :אַ דריטל פֿון א ַײך ,די װאָס קומען
אַר ַײן שבת און היטן די היטונג פֿון דעם מלכס הױז – 6נאָך אַ
דריטל איז געװען ב ַײם טױער סור ,און אַ דריטל ב ַײם טױער הינטער
די לױפֿערס–זאָלט היטן די היטונג פֿון פּאַלאַץ פֿאַר אַן אָפּצאַם7 .
און צװײ טײלן פֿון א ַײך ,אַלע װאָס גײען אַרױס שבת ,זאָלן היטן די
היטונג פֿון גאָטס הױז אַרום דעם מלך 8 .און איר זאָלט אַרומרינגלען
דעם מלך רונד אַרום ,איטלעכער מיט ז ַײנע װאַפֿן אין ז ַײן האַנט .און
װער עס קומט אַר ַײן אין די רײען ,זאָל געטײט װערן .און ז ַײט מיט
דעם מלך ב ַײ ז ַײן אַרױסגײן און ב ַײ ז ַײן אַר ַײנגײן.
9האָבן די הױפּטל ַײט פֿון די הונדערטן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס
יהוָֹי ָדע דער כּהן האָט באַפֿױלן ,און זײ האָבן גענומען איטלעכער
ז ַײנע מענטשן ,די װאָס קומען אַר ַײן שבת ,מיט די װאָס גײען אַרױס
שבת ,און זײ ז ַײנען געקומען צו יהוָֹי ָדע דעם כּהן 10 .און דער כּהן
האָט געגעבן די הױפּטל ַײט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די שילדן
װאָס פֿון מלך דוד ,װאָס אין הױז פֿון גאָט 11 .און די לױפֿערס האָבן
זיך געשטעלט איטלעכער מיט ז ַײנע װאַפֿן אין ז ַײן האַנט ,פֿון דער
רעכטער ז ַײט פֿון הױז ביז דער לינקער ז ַײט פֿון הױז ,ב ַײם מזבח ,און
ב ַײם הױז ,לעבן מלך רונד אַרום 12 .און ער האָט אַרױסגעפֿירט דעם
מלכס זון ,און האָט אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די ]קיניגלעכע[
צײכנס; און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך ,און האָבן אים
געזאַלבט; און זײ האָבן געקלאַפּט די הענט ,און געזאָגט :לעבן זאָל
דער מלך!
13און ַע ַתלָיה האָט געהערט דעם ָקול פֿון די לױפֿערס און דעם
פֿאָלק ,און זי איז געקומען צו דעם פֿאָלק אין הױז פֿון גאָט 14 .און זי
האָט געזען ,ערשט דער מלך שטײט אױף דער בימה ,אַזױ װי דער
שטײגער ,און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך ,און דאָס
גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך ,און בלאָזט אין טרומײטן; האָט
ַע ַתלָיה צעריסן אירע קלײדער ,און האָט אַרױסגערופֿן :אַ בונט! אַ
בונט!