Page 30 - Mlokhim b
P. 30

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 3‬זאָלט איר זען דעם בעסטן און גל ַײכסטן פֿון א ַײער האַרס זין‪ ,‬און‬
‫אַרױפֿזעצן אױף ז ַײן פֿאָטערס טראָן; און האַלט מלחמה פֿאַר א ַײער‬

                                                            ‫האַרס הױז‪.‬‬

‫‪ 4‬האָבן זײ זײער שטאַרק מורא געקריגן‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אָט‬
‫ז ַײנען די צװײ מלכים ניט באַשטאַנען פֿאַר אים‪ ,‬און װי װעלן מיר‬

                                                              ‫באַשטײן?‬

‫‪ 5‬און דער װאָס איבער דעם פּאַלאַץ‪ ,‬און דער װאָס איבער דער‬
‫שטאָט‪ ,‬און די עלטסטע‪ ,‬און די דערצִיער‪ ,‬האָבן געשיקט צו ֵיהוּאן‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬ד ַײנע קנעכט ז ַײנען מיר; און אַלץ װאָס דו װעסט אונדז‬
‫זאָגן‪ ,‬װעלן מיר טאָן‪ .‬מיר װעלן קײנעם ניט מאַכן פֿאַר אַ מלך‪ .‬װאָס‬

                                           ‫איז גוט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬טו‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט ער געשריבן צו זײ אַ בריװ אַ צװײט מאָל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב‬
‫איר ז ַײט מיט מיר‪ ,‬און איר װילט צוהערן צו מ ַײן ָקול‪ ,‬נעמט די קעפּ‬
‫פֿון די מאַנספּאַרשױנען‪ ,‬א ַײער האַרס זין‪ ,‬און קומט צו מיר מאָרגן‬
‫אַרום דער צ ַײט קײן יזרעאל‪ .‬און די זין פֿון מלך‪ ,‬זיבעציק פּאַרשױן‪,‬‬
‫ז ַײנען געװען ב ַײ די גרױסע ל ַײט פֿון דער שטאָט‪ ,‬װאָס האָבן זײ‬
‫אױפֿגעצױגן‪ 7 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער בריװ איז אָנגעקומען צו‬
‫זײ‪ ,‬אַזױ האָבן זײ גענומען די זין פֿון מלך‪ ,‬און זײ געשאָכטן‪ ,‬זיבעציק‬
‫פּאַרשױן; און זײ האָבן אַר ַײנגעטאָן זײערע קעפּ אין קערב‪ ,‬און‬

                                   ‫אַװעקגעשיקט צו אים קײן יזרעאל‪.‬‬

‫‪ 8‬איז געקומען אַ ָש ִליח‪ ,‬און האָט אים אָנגעזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מע‬
‫האָט געבראַכט די קעפּ פֿון דעם מלכס זין‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬מאַכט‬

       ‫זײ אין צװײ הױפֿנס ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון טױער‪ ,‬ביז אין דער פֿרי‪.‬‬

‫‪ 9‬און עס איז געװען אין דער פֿרי‪ ,‬איז ער אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָט‬
‫זיך אַװעקגעשטעלט‪ ,‬און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬איר ז ַײט‬
‫אומשולדיק; אָט האָב איך געמאַכט אַ בונט אַקעגן מ ַײן האַר‪ ,‬און‬
‫האָב אים געהרגעט‪ .‬אָבער װער האָט דערשלאָגן אַלע די דאָזיקע? ‪10‬‬
‫ז ַײט װיסן דען‪ ,‬אַז גאָרנישט װעט פֿאַלן צו דער ערד פֿון דעם װאָרט‬
‫פֿון גאָט װאָס גאָט האָט גערעדט אױף דעם הױז פֿון אַחאבֿ; און גאָט‬

         ‫האָט געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך ז ַײן קנעכט ֵא ִלָיהון‪.‬‬
   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35