Page 31 - Mlokhim b
P. 31

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 11‬און ֵיהוּא האָט דערשלאָגן אַלע װאָס ז ַײנען געבליבן פֿון אַחאבֿס‬
‫הױז אין יזרעאל‪ ,‬און אַלע ז ַײנע גרױסע ל ַײט‪ ,‬און ז ַײנע גוטע פֿר ַײנט‪,‬‬

  ‫און ז ַײנע כּהנים‪ ,‬ביז ער האָט ניט געלאָזן פֿון אים אַן איבערבל ַײב‪.‬‬

‫‪ 12‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק‪ ,‬און איז געגאַנגען קײן‬
‫שומרון‪ .‬װי ער איז ב ַײם שערהױז פֿון די פּאַסטוכער אונטער װעגנס‪,‬‬
‫‪ 13‬אַזױ האָט ֵיהוּא אָנגעטראָפֿן די ברידער פֿון אַ ַחזָיהו דעם מלך פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬װער ז ַײט איר? האָבן זײ געזאָגט‪ :‬די‬
‫ברידער פֿון אַ ַחזָיהון ז ַײנען מיר‪ ,‬און מיר האָבן אַראָפּגענידערט ]צו‬
‫פֿרעגן[ אױף דעם פֿריד פֿון די קינדער פֿון מלך און די קינדער פֿון‬

                                                     ‫דער מוטער‪-‬מלכּה‪.‬‬

‫‪ 14‬האָט ער געזאָגט‪ :‬כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט‪ .‬און מע האָט זײ‬
‫געכאַפּט לעבעדיקערהײט‪ ,‬און זײ געשאָכטן ב ַײ דער גרוב פֿון דעם‬
‫שערהױז‪ ,‬צװײ און פֿערציק מאַן‪ .‬און ער האָט קײנעם פֿון זײ ניט‬

                                                         ‫איבערגעלאָזט‪.‬‬

‫‪ 15‬און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן‪ ,‬אַזױ האָט ער‬
‫אָנגעטראָפֿן יהוָנדבֿ דעם זון פֿון ֵר ָכבֿן אים אַנטקעגן‪ .‬האָט ער אים‬
‫באַגריסט‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬איז ד ַײן האַרץ אױפֿריכטיק‪,‬‬
‫אַזױ װי מ ַײן האַרץ איז צו ד ַײן האַרצן? האָט יהוָנדבֿ געזאָגט‪ :‬יאָ‪.‬‬
‫]האָט ֵיהוּא געזאָגט‪ [:‬אױב יאָ‪ ,‬גיב ד ַײן האַנט‪ .‬האָט ער געגעבן ז ַײן‬
‫האַנט; – און ער האָט אים אַרױפֿגענומען צו זיך אױפֿן ר ַײטװאָגן‪16 .‬‬
‫און ער האָט געזאָגט‪ :‬קום מיט מיר‪ ,‬און זע װי איך נעם זיך אָן פֿון‬

            ‫גאָטס װעגן‪ .‬און מע האָט אים געפֿירט אין ז ַײן ר ַײטװאָגן‪.‬‬

‫‪ 17‬און ער איז געקומען קײן שומרון‪ ,‬און האָט דערשלאָגן אַלע װאָס‬
‫ז ַײנען געבליבן פֿון אַחאבֿן אין שומרון‪ .‬ביז ער האָט אים‬
‫פֿאַרטיליקט; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט צו‬

                                                                ‫ֵא ִלָיהון‪.‬‬

‫‪ 18‬און ֵיהוּא האָט א ַײנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק‪ ,‬און האָט צו זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬אַחאבֿ האָט געדינט ַב ַעל אַ ביסל‪ֵ ,‬יהוּא װעט אים דינען פֿיל‪.‬‬
‫‪ 19‬און אַצונד‪ ,‬רופֿט צו מיר אַלע נבֿיאים פֿון ַב ַעל‪ ,‬אַלע ז ַײנע דינער‪,‬‬
‫און אַלע ז ַײנע כּהנים; קײנער זאָל ניט פֿעלן; װאָרום אַ גרױסע‬
‫אָפּפֿערשלאַכטונג צו ַב ַעל איז ב ַײ מיר‪ .‬קײנער װאָס װעט פֿעלן‪ ,‬װעט‬

                                                       ‫ניט בל ַײבן לעבן‪.‬‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36