Page 27 - Mlokhim b
P. 27

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 13‬האָבן זײ געא ַײלט און גענומען איטלעכער ז ַײן בגד‪ ,‬און‬
‫אונטערגעלײגט אונטער אים אױף דער אײבערשטער טרעפּ‪ ,‬און זײ‬

                ‫האָבן געבלאָזן אין שופֿר‪ ,‬און געזאָגט‪ֵ :‬יהוּא איז מלך!‬

‫‪ 14‬אַזױ האָט ֵיהוּא דער זון פֿון יהוֹשפֿט דעם זון פֿון ִנמשין געמאַכט‬
‫אַ בונט אױף יוֹ ָרמען‪ – .‬און יוֹ ָרם האָט געהאַט געהיט רמת‪ִ -‬גל ָעד פֿון‬
‫ַחָז ֵאל דעם מלך פֿון ארם‪ ,‬ער און גאַנץ ישׂראל‪ 15 .‬און דער מלך‬
‫יהוֹרם האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יזרעאל פֿון די װוּנדן‬
‫װאָס די אַ ַרמים האָבן אים פֿאַרװוּנדט‪ ,‬װען ער האָט מלחמה‬
‫געהאַלטן מיט ַחָז ֵאל דעם מלך פֿון ארם‪ – .‬און ֵיהוּא האָט געזאָגט‪:‬‬
‫אױב דאָס איז א ַײער װילן‪ ,‬זאָל ניט אַרױס אַן אַנטרונענער פֿון‬

                                    ‫שטאָט צו גײן אָנזאָגן אין יזרעאל‪.‬‬

‫‪ 16‬און ֵיהוּא האָט זיך געזעצט אױף אַ ר ַײטװאָגן‪ ,‬און איז אַװעק קײן‬
‫יזרעאל‪ ,‬װ ַײל יוֹ ָרם איז דאָרטן געלעגן‪ .‬און אַ ַחזָיהו דער מלך פֿון‬

                           ‫יהוּדה האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹ ָרמען‪.‬‬

‫‪ 17‬און דער װעכטער איז געשטאַנען אױף דעם טורעם אין יזרעאל‪,‬‬
‫און ער האָט געזען די מחנה פֿון ֵיהוּאן ב ַײ ז ַײן אָנקומען‪ .‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬אַ מחנה זע איך‪ .‬האָט יהוֹרם געזאָגט‪ :‬נעם אַ ר ַײטער און‬

                       ‫שיק זײ אַנטקעגן‪ ,‬און זאָל ער זאָגן‪ :‬איז פֿריד?‬

‫‪ 18‬איז דער ר ַײטער אױפֿן פֿערד אַװעק אים אַנטקעגן‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬איז פֿריד? האָט ֵיהוּא געזאָגט‪:‬‬

          ‫װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײ זיך אױס הינטער מיר‪.‬‬

‫האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט אַזױ צו זאָגן‪ :‬דער ש ִליח איז‬
                   ‫אָנגעקומען ביז זײ‪ ,‬אָבער ער קערט זיך ניט צוריק‪.‬‬

‫‪ 19‬האָט ער געשיקט אַ צװײטן ר ַײטער אױף אַ פֿערד‪ .‬און ער איז‬
‫געקומען צו זײ‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט דער מלך‪ :‬איז‬
‫פֿריד? האָט ֵיהוּא געזאָגט‪ :‬װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײ זיך‬

                                                     ‫אױס הינטער מיר‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ער איז אָנגעקומען‬
‫ביז צו זײ‪ ,‬אָבער ער קערט זיך ניט צוריק‪ .‬און דאָס טר ַײבן איז אַזױ‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32