Page 28 - Mlokhim b
P. 28
ְמ ָל ִכים ב
װי דאָס טר ַײבן פֿון ֵיהוּא דעם זון פֿון ִנמשין ,װאָרום ער טר ַײבט
משוּגענערװ ַײז.
21האָט יהוֹרם געזאָגט :שפּאַן א ַײן .האָט מען א ַײנגעשפּאַנט ז ַײן
ר ַײטװאָגן ,און יהוֹרם דער מלך פֿון ישׂראל און אַ ַחזָיהו דער מלך פֿון
יהוּדה ז ַײנען אַרױס איטלעכער אין ז ַײן ר ַײטװאָגן ,און ז ַײנען אַרױס
אַנטקעגן ֵיהוּאן ,און האָבן אים געטראָפֿן אין דעם שטיק לאַנד פֿון
ָנבֿות דעם ִיזרע ֵאלי.
22און עס איז געװען ,װי יהוֹרם האָט געזען ֵיהוּאן ,אַזױ האָט ער
געזאָגט :איז פֿרידֵ ,יהוּא? האָט ער געענטפֿערט :װאָס פֿאַר פֿריד ,ב ַײ
די זנותן פֿון ד ַײן מוטער ִאיֶזבֿלען און אירע פֿיל כּישופֿן.
23האָט יהוֹרם פֿאַרקריװעט ז ַײנע הענט ,און איז אַנטלאָפֿן ,און ער
האָט געזאָגט צו אַ ַחזָיהון :באַטרוג ,אַ ַחזָיהו!
24און ֵיהוּא האָט אָנגעצױגן מיט ז ַײן האַנט דעם בױגן ,און האָט
געטראָפֿן יהוֹרמען צװישן ז ַײנע אָרעמס ,און די פֿ ַײל איז אים
אַרױסגעגאַנגען דורכן האַרצן ,און ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזן אין ז ַײן
ר ַײטװאָגן 25 .האָט ער געזאָגט צו ִבד ַקר ז ַײן עלטסטן :נעם ,װאַרף
אים אַװעק אין דעם שטיק פֿעלד פֿון ָנבֿות דעם ִיזרע ֵאלי .װאָרום
געדענק װי איך און דו ז ַײנען געריטן באַנאַנד הינטער ז ַײן פֿאָטער
אַחאבֿן ,און גאָט האָט אױפֿגעהױבן אױף אים די דאָזיקע נבֿואה26 :
פֿאַר װאָר ,איך האָב נעכטן געזען דאָס בלוט פֿון ָנבֿותן ,און דאָס
בלוט פֿון ז ַײנע קינדער ,זאָגט גאָט ,און איך װעל דיר אָפּצאָלן אין
דעם דאָזיקן שטיק לאַנד ,זאָגט גאָט .און אַצונד נעם ,װאַרף אים
אַװעק אין דעם שטיק לאַנד ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט.
27און װי אַ ַחזָיהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט דערזען ,אַזױ איז ער
אַנטלאָפֿן דורך דעם גאָרטנהױז .אָבער ֵיהוּא האָט אים נאָכגעיאָגט,
און האָט געזאָגט :שלאָגט אים אױך אױפֿן ר ַײטװאָגן] .און זײ האָבן
אים געשלאָגן[ אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון גור װאָס לעבן ִיבֿ ְל ָעם .און
ער איז אַנטלאָפֿן קײן מ ִגדו ,און איז דאָרטן געשטאָרבן 28 .און ז ַײנע
קנעכט האָבן אים געבראַכט צופֿירן קײן ירו ָש ַל ִים ,און האָבן אים
באַגראָבן אין ז ַײן קבֿר לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס-שטאָט.