Page 22 - Mlokhim b
P. 22
ְמ ָל ִכים ב
13האָט זיך אָנגערופֿן אײנער פֿון ז ַײנע קנעכט און האָט געזאָגט :טאָ
זאָל מען ,איך בעט דיך ,נעמען פֿינף פֿון די געבליבענע פֿערד װאָס
ז ַײנען דאָ געבליבן -זײ ז ַײנען דאָך אַזױ װי דער גאַנצער המון פֿון
ישׂראל װאָס גײען אױס -און לאָמיר שיקן און זען.
14האָבן זײ גענומען צװײ ר ַײטװעגן מיט פֿערד ,און דער מלך האָט
זײ געשיקט נאָך דעם חיל פֿון ארם ,אַזױ צו זאָגן :גײט און זעט.
15ז ַײנען זײ געגאַנגען נאָך זײ ביזן ירדן; ערשט דער גאַנצער װעג איז
פֿול מיט בגדים און זאַכן װאָס די אַ ַרמים האָבן אַװעקגעװאָרפֿן אין
זײער א ַײלעניש .האָבן די שלוחים זיך אומגעקערט ,און האָבן
דערצײלט דעם מלך 16 .איז אַרױסגעגאַנגען דאָס גאַנצע פֿאָלק און
זײ האָבן אױסגערױבט דעם לאַגער פֿון ארם; און אַ ְסאָה זעמלמעל
איז געװען פֿאַר אַ שקל ,און צװײ ְסאָה גערשטן פֿאַר אַ שקל ,אַזױ װי
דאָס װאָרט פֿון גאָט.
17און דער מלך האָט אױפֿגעזעצט דעם הױפּטמאַן װאָס ער איז
געװען אָנגעלענט אױף ז ַײן האַנט ,איבער דעם טױער .האָט אים דאָס
פֿאָלק צעטרעטן אין טױער ,און ער איז געשטאָרבן .אַזױ װי עס האָט
גערעדט דער געטלעכער מאַן ,װאָס ער האָט גערעדט װען דער מלך
האָט אַראָפּגענידערט צו אים 18 .װאָרום עס איז געװען ,אַז דער
געטלעכער מאַן האָט גערעדט צום מלך ,אַזױ צו זאָגן :צװײ ְסאָה
גערשטן װעלן ז ַײן פֿאַר אַ שקל ,און אַ ְסאָה זעמלמעל פֿאַר אַ שקל,
מאָרגן אין דער צ ַײט אין טױער פֿון שומרון 19 ,האָט דער הױפּטמאַן
זיך אָפּגערופֿן צום געטלעכן מאַן ,און האָט געזאָגט :און אַפֿילו גאָט
זאָל מאַכן פֿענצטער אין הימל ,קען דען געשען אַזױ װי די דאָזיקע
זאַך? האָט ער געזאָגט :אָט װעסטו זען מיט ד ַײנע אױגן ,אָבער עסן
דערפֿון װעסטו ניט 20 .און אים איז אַזױ געשען און דאָס פֿאָלק
האָט אים צעטרעטן אין טױער ,און ער איז געשטאָרבן.
1און ֶאלישע האָט גערעדט צו דער פֿרױ װאָס ער האָט
לעבעדיק געמאַכט איר זון ,אַזױ צו זאָגן :שטײ אױף און גײ ,דוח
און ד ַײן הױזגעזינט ,און האַלט זיך אױף װוּ דו װעסט זיך אױפֿהאַלטן,
װאָרום גאָט האָט גערופֿן אַ הונגער ,און ער קומט אױך איבערן לאַנד
אױף זיבן יאָר.