Page 39 - Mlokhim b
P. 39

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן‪ ,‬װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן‬
                                       ‫ישׂראל; ער איז געגאַנגען דערין‪.‬‬

‫‪ 12‬און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹאָשן‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬און ז ַײן גבֿוּרהשאַפֿט‪ ,‬װי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט‬
‫אַ ַמצָיה דעם מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די‬

                            ‫צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 13‬און יוֹאָש האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן; און ָי ָרבֿ ָעם האָט‬
‫זיך געזעצט אױף ז ַײן טראָן‪ .‬און יוֹאָש איז באַגראָבן געװאָרן אין‬

                                   ‫שומרון לעבן די מלכים פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 14‬און ֶאלישע איז קראַנק געװאָרן אױף דער קראַנקשאַפֿט װאָס ער‬
‫האָט געזאָלט פֿון איר שטאַרבן; און יוֹאָש דער מלך פֿון ישׂראל האָט‬
‫אַראָפּגענידערט צו אים‪ ,‬און ער האָט געװײנט אױף ז ַײן פּנים‪ ,‬און‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬פֿאָטער מ ַײנער‪ ,‬פֿאָטער מ ַײנער‪ ,‬ר ַײטװעגן און ר ַײטער‬

                                                            ‫פֿון ישׂראל!‬

‫‪ 15‬האָט ֶאלישע צו אים געזאָגט‪ :‬ברענג אַ בױגן און פֿ ַײלן‪ .‬האָט ער‬
‫אים געבראַכט אַ בױגן און פֿ ַײלן‪ 16 .‬האָט ער געזאָגט צו דעם מלך‬
‫פֿון ישׂראל‪ :‬לײג אַרױף ד ַײן האַנט אױפֿן בױגן‪ .‬האָט ער אַרױפֿגעלײגט‬
‫ז ַײן האַנט‪ ,‬און ֶאלישע האָט אַרױפֿגעטאָן ז ַײנע הענט אױף די הענט‬
‫פֿון מלך‪ 17 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬עפֿן דעם פֿענצטער צו מזרח; האָט‬
‫ער געעפֿנט‪ .‬האָט ֶאלישע געזאָגט‪ :‬שיס; און ער האָט געשאָסן‪ .‬האָט‬
‫ער געזאָגט‪ :‬אַ פֿ ַײל פֿון ישועה פֿון גאָט‪ ,‬און אַ פֿ ַײל פֿון ישועה אַקעגן‬

             ‫ארם; און װעסט שלאָגן ארם אין אַפֿק ביז צו פֿאַרלענדן‪.‬‬

‫‪ 18‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬נעם די פֿ ַײלן; און ער האָט זײ גענומען‪.‬‬
‫האָט ער געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל‪ :‬שלאָג אָן דער ערד; און‬

              ‫ער האָט געשלאָגן דר ַײ מאָל און האָט זיך אָפּגעשטעלט‪.‬‬

‫‪ 19‬האָט געצערנט אױף אים דער געטלעכער מאַן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫געזאָלט שלאָגן פֿינף אָדער זעקס מאָל; דענצמאָל װאָלסטו געשלאָגן‬
‫ארם ביז צום פֿאַרלענדן; אָבער אַצונד װעסטו נאָר דר ַײ מאָל שלאָגן‬

                                                                   ‫ארם‪.‬‬

          ‫‪ 20‬און ֶאלישע איז געשטאָרבן‪ ,‬און מע האָט אים באַגראָבן‪.‬‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44