Page 43 - Mlokhim b
P. 43
ְמ ָל ִכים ב
25ער האָט צוריקגעשטעלט דעם געמאַרק פֿון ישׂראל ,פֿון װוּ מע
קומט קײן ַחמת ביז דעם ים פֿון פּלױן ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון יהוה
דעם גאָט פֿון ישׂראל ,װאָס ער האָט גערעדט דורך ז ַײן קנעכט יוֹנה
דעם זון פֿון אַ ִמ ַתּין ,דעם נבֿיא ,װאָס פֿון ַגתֵ -חפֿר 26 .װאָרום גאָט
האָט געזען די פּ ַײן פֿון ישׂראל ,אַז זי איז זײער ביטער ,און קײן
מוטערמענטש איז ניטאָ ,און ניטאָ װער זאָל העלפֿן ישׂראל 27 .און
גאָט האָט ניט געװאָלט אױסמעקן דעם נאָמען פֿון ישׂראל פֿון
אונטערן הימל ,און ער האָט זײ געהאָלפֿן דורך דער האַנט פֿון ָי ָרבֿ ָעם
דעם זון פֿון יוֹאָשן.
28און די איבעריקע זאַכן װעגן ָי ָרבֿ ָעמען ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,און ז ַײן גבֿוּרהשאַפֿט ,װי ער האָט מלחמה געהאַלטן ,און װי
ער האָט צוריקגעקערט דמשׂק אום ַחמת צו יהוּדה און ישׂראל ,דאָס
איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון
ישׂראל.
29און ָי ָרבֿ ָעם האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,מיט די מלכים
פֿון ישׂראל .און ז ַײן זון ז ַכריה איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
1אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם מלך פֿון
ישׂראל ,איז ַעַזרָיה דער זון פֿון אַ ַמצָיה דעם מלך פֿון יהוּדהטו
געװאָרן מלך 2 .זעכצן יאָר איז ער אַלט געװען ,אַז ער איז געװאָרן
מלך ,און צװײ און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים ,און
דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען י ָכלָיהו פֿון ירושלים.
3און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט,
אַזױ װי אַלץ װאָס ז ַײן פֿאָטער אַ ַמצָיהו האָט געטאָן 4 .נאָר די ָבמות
ז ַײנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט
און גערײכערט אױף די ָבמות.
5און גאָט האָט געפּלאָגט דעם מלך ,און ער איז געװען אַ מצוֹרע ביז
דעם טאָג פֿון ז ַײן טױט .און ער איז געזעסן אין דעם אָפּגעזונדערטן
הױז .און יוֹ ָתם דעם מלכס זון איז געװען איבערן פּאַלאַץ; ער האָט
געמשפּט דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד.