Page 48 - Mlokhim b
P. 48
ְמ ָל ִכים ב
ישׂראל 4 .און ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די ָבמות ,און
אױף די בערגלעך ,און אונטער יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם.
5דענצמאָל איז אַרױפֿגעקומען רצין דער מלך פֿון ארם ,און ֶפּ ַקח
דער זון פֿון ר ַמלָיהון ,דער מלך פֿון ישׂראל ,קײן ירושלים אױף
מלחמה; און זײ האָבן געלעגערט אױף אָ ָחזן ,און ניט געקענט
ב ַײקומען.
6אין יענער צ ַײט האָט רצין דער מלך פֿון ארם צוריקגעקערט ֵאי ַלת
צו ארם ,און האָט אַרױסגעװאָרפֿן די יהודהער פֿון ֵאי ַלת .און די
אדומים ז ַײנען געקומען קײן ֵאי ַלת ,און ז ַײנען דאָרטן געבליבן זיצן
ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
7און אָ ָחז האָט געשיקט שלוחים צו ִתּג ַלתִ -פּל ֶא ֶסר דעם מלך פֿון
אשור ,אַזױ צו זאָגן :ד ַײן קנעכט און ד ַײן זון בין איך; קום אַרױף און
העלף מיר פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם ,און פֿון דער האַנט
פֿון דעם מלך פֿון ישׂראל ,װאָס ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען אױף מיר.
8און אָ ָחז האָט גענומען דאָס זילבער און דאָס גאָלד װאָס האָט זיך
געפֿונען אין גאָטס הױז און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז ,און
האָט געשיקט צום מלך פֿון אשור שוחד 9 .און דער מלך פֿון אשור
האָט צוגעהערט צו אים ,און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען
אױף דמשׂק ,און האָט זי א ַײנגענומען ,און האָט פֿאַרטריבן אירע
באַװױנער קײן קיר ,און רצינען האָט ער געטײט.
10און דער מלך אָ ָחז איז געגאַנגען קײן דמשׂק אַנטקעגן ִתּג ַלת-
ִפּל ֶא ֶסר דעם מלך פֿון אשור ,און ער האָט געזען דעם מזבח װאָס אין
דמשׂק .און דער מלך אָ ָחז האָט געשיקט צו אוּ ִריה דעם כּהן די
געשטאַלט פֿון דעם מזבח און ז ַײן געבױ לױט ז ַײן גאַנצער אַרבעט11 .
און אוּ ִריה דער כּהן האָט אױפֿגעבױט דעם מזבח; אַזױ װי אַלץ װאָס
דער מלך אָ ָחז האָט געשיקט פֿון דמשׂק .אַזױ האָט אוּ ִריה דער כּהן
געמאַכט ,אײדער דער מלך אָ ָחז איז געקומען פֿון דמשׂק 12 .און אַז
דער מלך איז געקומען פֿון דמשׂק ,האָט דער מלך געזען דעם מזבח;
און דער מלך האָט גענענט צום מזבח ,און האָט אױפֿגעבראַכט אױף
אים 13 .און ער האָט געדעמפֿט ז ַײן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן
שפּ ַײזאָפּפֿער ,און געגאָסן ז ַײן גיסאָפּפֿער ,און געשפּרענגט דאָס בלוט
פֿון ז ַײן פֿרידאָפּפֿער ,אױפֿן מזבח 14 .און דעם קופּערנעם מזבח װאָס