Page 49 - Mlokhim b
P. 49
ְמ ָל ִכים ב
פֿאַר גאָט האָט ער צוגערוקט פֿון פֿאַר דעם הױז ,פֿון צװישן דעם
מזבח און צװישן דעם הױז פֿון גאָט ,און האָט אים אַװעקגעשטעלט
ב ַײם ז ַײט פֿון דעם מזבח צו צפֿון.
15און דער מלך אָ ָחז האָט באַפֿױלן אוּ ִריה דעם כּהן ,אַזױ צו זאָגן:
אױף דעם גרױסן מזבח דעמף דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי,
און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון אָװנט ,און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון מלך און
ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער ,און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון
לאַנד ,און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער; און איטלעך
בלוט פֿון בראַנדאָפּפֿער און איטלעך בלוט פֿון שלאַכטאָפּפֿער
זאָלסטו שפּרענגען אױף אים .און װעגן דעם קופּערנעם מזבח װעל
איך דאַרפֿן נאָכקוקן.
16און אוּ ִריה דער כּהן האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דער מלך אָ ָחז
האָט באַפֿױלן.
17און דער מלך אָ ָחז האָט אָפּגעהאַקט די ראַמען פֿון די געשטעלן,
און האָט אָפּגעטאָן פֿון זײ דעם האַנטפֿאַס .און דעם ים האָט ער
אַראָפּגענומען פֿון די קופּערנע רינדער װאָס אונטער אים ,און האָט
אים אַװעקגעשטעלט אױף אַ געפֿלאַסטער פֿון שטײנער 18 .און דער
איבערדעק פֿאַר שבת װאָס מע האָט אָנגעבױט אָן הױז ,און דעם
מלכס א ַײנגאַנג דערױסן ,האָט ער איבערגעשטעלט אין הױז פֿון גאָט
װעגן דעם מלך פֿון אשור.
19און די איבעריקע זאַכן פֿון אָ ָחזן װאָס ער האָט געטאָן ,זײ ז ַײנען
שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון
יהוּדה.
20און אָ ָחז האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ער איז
באַגראָבן געװאָרן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס-שטאָט .און ז ַײן זון
ִחז ִקָיהו איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.