Page 51 - Mlokhim b
P. 51
ְמ ָל ִכים ב
גאָט האָט זײ אָנגעזאָגט :איר זאָלט ניט טאָן די דאָזיקע זאַך 13 .און
גאָט האָט געװאָרנט ישׂראל און יהוּדה דורך איטלעכן נבֿיא ,איטלעכן
זעער ,אַזױ צו זאָגן :קערט א ַײך אום פֿון א ַײערע שלעכטע װעגן ,און
היט מ ַײנע געבאָט ,מ ַײנע געזעצן ,לױט דער גאַנצער תּורה װאָס איך
האָב באַפֿױלן א ַײערע עלטערן ,און װאָס איך האָב געשיקט צו א ַײך
דורך מ ַײנע קנעכט ,די נבֿיאים 14 .אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט,
און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן ,אַזױ װי דער נאַקן פֿון
זײערע עלטערן װאָס האָבן ניט געגלױבט אין יהוה זײער גאָט 15 .און
זײ האָבן פֿאַראַכט ז ַײנע געזעצן און ז ַײן בונד װאָס ער האָט
געשלאָסן מיט זײערע עלטערן ,און ז ַײנע װאָרענישן װאָס ער האָט זײ
געװאָרנט ,און זײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך נישטיקײט און געװאָרן
נישטיק ,און נאָך די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ ,װאָס גאָט האָט זײ
באַפֿױלן ניט צו טאָן אַזױ װי זײ 16 .און זײ האָבן פֿאַרלאָזן אַלע
געבאָט פֿון יהוה זײער גאָט ,און האָבן זיך געמאַכט געגאָסענע געצן–
צװײ קעלבער ,און געמאַכט אַן אַ ֵש ָרה ,און זיך געבוקט צו דעם
גאַנצן חיל פֿון הימל ,און געדינט ַב ַעל 17 .און זײ האָבן געמאַכט
דורכגײן זײערע זין און זײערע טעכטער דורכן פֿ ַײער ,און האָבן
געברױכט װאָרזאָגער ַײ און געצױבערט ,און זיך אָפּגעגעבן צו טאָן
װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,אים צו דערצערענען 18 .און
גאָט האָט זײער געצערנט אױף ישׂראל ,און ער האָט זײ אָפּגעטאָן פֿון
ז ַײן פּנים; עס איז ניט געבליבן אחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן 19 .האָט
אױך יהוּדה ניט געהיט די געבאָט פֿון יהוה זײער גאָט ,און זײ ז ַײנען
געגאַנגען אין די געזעצן פֿון ישׂראל ,װאָס יענע האָבן געמאַכט20 .
און גאָט האָט פֿאַראַכט דעם גאַנצן זאָמען פֿון ישׂראל ,און ער האָט
זײ געפּ ַײניקט ,און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון אױסרױבער,
ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון ז ַײן פּנים 21 .װאָרום אַז ער האָט
אָפּגעריסן ישׂראל פֿון דעם הױז פֿון דוד ,און זײ האָבן געמאַכט פֿאַר
אַ מלך ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,האָט ָי ָרבֿ ָעם אָפּגעפֿירט ישׂראל פֿון
הינטער גאָט ,און ער האָט זײ געמאַכט זינדיקן אַ גרױסע זינד 22 .און
די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געגאַנגען אין אַלע זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעמען
װאָס ער האָט געטאָן; זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון 23 .ביז
גאָט האָט אָפּגעטאָן ישׂראל פֿון ז ַײן פּנים ,אַזױ װי ער האָט גערעדט
דורך אַלע ז ַײנע קנעכט די נבֿיאים ,און ישׂראל איז פֿאַרטריבן
געװאָרן פֿון ז ַײן ערד קײן אשור אױף ה ַײנטיקן טאָג.