Page 56 - Mlokhim b
P. 56
ְמ ָל ִכים ב
דעם דאָזיקן אָרט ,אים צו פֿאַרװיסטן? יהוה האָט צו מיר געזאָגט:
גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן לאַנד ,און פֿאַרװיסט עס.
26האָט ֶאלָיקים דער זון פֿון ִחל ִקָיהון ,און ֶשבֿנאָ ,און יוֹאָח ,געזאָגט
צו ַרבֿ ָש ֵקהן :רעד ,איך בעט דיך ,צו ד ַײנע קנעכט אַראַמיש ,װאָרום
מיר פֿאַרשטײן עס ,און רעד ניט צו אונדז יהוּדיש אין די אױערן פֿון
דעם פֿאָלק װאָס אױף דער מױער.
27האָט ַרבֿ ָש ֵקה צו זײ געזאָגט :האָט דען צו ד ַײן האַר און צו דיר
מיך געשיקט מ ַײן האַר צו רעדן די דאָזיקע װערטער ,און ניט צו די
מענטשן װאָס זיצן אױף דער מױער ,צו עסן זײער קױט ,און צו
טרינקען זײער ל ַײבװאַסער ,ב ַײ א ַײך?
28און ַרבֿ ָש ֵקה האָט זיך געשטעלט ,און האָט אױסגערופֿן אױף אַ
הױכן ָקול אױף יהוּדיש ,און האָט גערעדט און געזאָגט :הערט דאָס
װאָרט פֿון דעם גרױסן מלך ,דעם מלך פֿון אשור 29 .אַזױ האָט
געזאָגט דער מלך :זאָל א ַײך ִחז ִקָיהו ניט נאַרן ,װאָרום ער קען א ַײך
ניט מציל ז ַײן פֿון ז ַײן האַנט 30 .און זאָל א ַײך ִחז ִקָיהו ניט פֿאַרזיכערן
אױף יהוה ,אַזױ צו זאָגן :מציל ז ַײן װעט אונדז מציל ז ַײן יהוה ,און די
דאָזיקע שטאָט װעט ניט איבערגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם
מלך פֿון אשור 31 .איר זאָלט ניט צוהערן צו ִחז ִקָיהון ,װאָרום אַזױ
האָט געזאָגט דער מלך פֿון אשור :מאַכט מיט מיר שלום ,און קומט
אַרױס צו מיר ,און עסט איטלעכער פֿון ז ַײן װ ַײנשטאָק און
איטלעכער פֿון ז ַײן פֿ ַײגנבױם ,און טרינקט איטלעכער דאָס װאַסער
פֿון ז ַײן ברונעם 32 .ביז איך קום ,און װעל א ַײך נעמען אין אַ לאַנד
אַזױ װי א ַײער לאַנד ,אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װ ַײן ,אַ לאַנד פֿון ברױט
און װ ַײנגערטנער ,אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק ,כּדי איר זאָלט
לעבן און ניט שטאַרבן; און איר זאָלט ניט צוהערן צו ִחז ִקָיהון ,אַז
ער װעט א ַײך א ַײנרעדן ,אַזױ צו זאָגן :יהוה װעט אונדז מציל ז ַײן33 .
האָבן מציל דען מציל געװען די געטער פֿון די פֿעלקער איטלעכער
ז ַײן לאַנד פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור? 34װוּ ז ַײנען די
געטער פֿון ַחמת ,און אַר ַפּד? װוּ ז ַײנען די געטער פֿון ספֿרַו ִיםֵ ,הַנע,
און ִעָוה? האָבן זײ דען מציל געװען שומרון פֿון מ ַײן האַנט? 35װער
ז ַײנען צװישן אַלע געטער פֿון די לענדער װאָס האָבן מציל געװען
זײער לאַנד פֿון מ ַײן האַנט ,אַז יהוה זאָל מציל ז ַײן ירושלים פֿון מ ַײן
האַנט?