Page 59 - Mlokhim b
P. 59

‫ְמ ָל ִכים ב‬

              ‫עס פֿאַראַכט דיך‪ ,‬עס שפּאָט פֿון דיר‬
                        ‫די יונגפֿרױ טאָכטער ִציון;‬

               ‫עס שאָקלט דעם קאָפּ הינטער דיר‬
                             ‫די טאָכטער ירושלים‪.‬‬

  ‫‪ 22‬װעמען האָסטו געלעסטערט און געשענדט?‬
  ‫און אױף װעמען האָסטו ד ַײן ָקול אױפֿגעהױבן?‬

     ‫יאָ‪ ,‬האָסט געהױבן ד ַײנע אױגן אין דער הײך‬
                  ‫אַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 23‬דורך ד ַײנע שלוחים האָסטו געלעסטערט גאָט‪,‬‬
            ‫און געזאָגט‪ :‬מיט מ ַײנע פֿיל ר ַײטװעגן‬

          ‫בין איך צו דער הײך פֿון די בערג אַרױף‪,‬‬
                         ‫צו די װינקלען פֿון לבֿנון;‬

            ‫און איך האַק אָפּ ז ַײנע הױכע צעדערן‪,‬‬
                 ‫ז ַײנע געקליבענע ציפּרעסבײמער;‬

          ‫און איך קום צו ז ַײן עקסטן האַרבעריק‪,‬‬
                  ‫צום װאַלד פֿון ז ַײן פֿרוכטגאָרטן‪.‬‬

             ‫‪ 24‬איך האָב געגראָבן און געטרונקען‬
                                 ‫װאַסערן פֿרעמדע‪,‬‬

             ‫און טריקן אױס מיט מ ַײנע פֿוסטריט‬
                            ‫אַלע ט ַײכן פֿון מצרים‪.‬‬

                     ‫‪ 25‬האָסטו דען ניט געהערט?‬
             ‫פֿון לאַנג אָן האָב איך עס צוגעגרײט‪,‬‬
         ‫פֿון אַלטע טעג האָב איך עס געפֿורעמט;‬
   ‫אַצונד האָב איך עס געבראַכט עס זאָל געשען‪,‬‬
           ‫כּדי צו פֿאַרװיסטן אױף חוּרבֿה‪-‬הױפֿנס‬

                            ‫באַפֿעסטיקטע שטעט‪.‬‬
  ‫‪ 26‬דרום ז ַײנען זײערע באַװױנער קורצמאַכטיק‪,‬‬

               ‫זײ ז ַײנען צעבראָכן און פֿאַרשעמט;‬
                ‫זײ ז ַײנען געװאָרן גראָז און פֿעלד‪,‬‬
                              ‫און קר ַײטעכץ גרינע‪,‬‬
                               ‫מאָך פֿון די דעכער‪,‬‬

    ‫און תּבֿואה פֿאַרדאַרט אײדער אױפֿגעװאַקסן‪.‬‬

                      ‫‪ 27‬אָבער איך װײס ד ַײן זיצן‪,‬‬
                      ‫און ד ַײן גײן און ד ַײן קומען‪,‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64