Page 63 - Mlokhim b
P. 63
ְמ ָל ִכים ב
נעמען ,און זײ װעלן ז ַײן הױפֿדינער אין פּאַלאַץ פֿון דעם מלך פֿון
ָבבֿל.
19האָט ִחז ִקָיהו געזאָגט צו י ַשעָיהון :גוט איז דאָס װאָרט פֿון גאָט
װאָס דו האָסט גערעדט .און ער האָט געזאָגט .פֿאַר װאָר ,אױב שלום
און זיכערקײט װעט ז ַײן אין מ ַײנע טעג!
20און די איבעריקע זאַכן װעגן ִחז ִקָיהון ,און ז ַײן גאַנצע
גבֿוּרהשאַפֿט ,און װי ער האָט געמאַכט דעם ט ַײך און דעם גראָבן,
און אַר ַײנגעבראַכט װאַסער אין שטאָט ,דאָס איז שױן באַשריבן אין
בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
21און ִחז ִקָיהו האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ז ַײן זון
מנשה איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
1צװעלף יאָר איז מנשה אַלט געװען ,אַז ער איז געװאָרן
מלך ,און פֿינף און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט איןכא
ירושלים .און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ֶחפֿצי-בֿה.
2און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,אַזױ
װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון
פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל 3 .און ער האָט אָפּגעבױט די ָבמות װאָס
ז ַײן פֿאָטער ִחז ִקָיהו האָט צעשטערט ,און ער האָט אױפֿגעשטעלט
מזבחות צו ַב ַעל ,און האָט געמאַכט אַן אַ ֵש ָרה ,און װי אַחאבֿ דער
מלך פֿון ישׂראל האָט געטאָן ,און ער האָט זיך געבוקט צום גאַנצן
חיל פֿון הימל ,און זײ געדינט 4 .און ער האָט געבױט מזבחות אין
הױז פֿון גאָט ,װאָס גאָט האָט געזאָגט :אין ירושלים װעל איך טאָן
מ ַײן נאָמען 5 .און ער האָט געבױט מזבחות צום גאַנצן חיל פֿון הימל
אין בײדע הױפֿן פֿון גאָטס הױז 6 .און ער האָט געמאַכט דורכגײן ז ַײן
זון דורכן פֿ ַײער ,און האָט געברױכט צײכנזעער ַײ און געצױבערט ,און
א ַײנגעשאַפֿט ג ַײסטערזעער און טױטנבאַשװערער; ער האָט געמערט
צו טאָן שלעכטס אין די אױגן פֿון גאָט ,צו דערצערענען 7 .און ער
האָט אַר ַײנגעשטעלט דעם געץ פֿון דער אַ ֵש ָרה װאָס ער האָט
געמאַכט ,אין דעם הױז װאָס גאָט האָט געזאָגט צו ָד ִודן און צו ז ַײן
זון שלמהן :אין דעם דאָזיקן הױז און אין ירושלים װאָס איך האָב