Page 62 - Mlokhim b
P. 62

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 8‬און ִחז ִקָיהו האָט געזאָגט צו י ַשעָיהון‪ :‬װאָס איז דער צײכן אַז גאָט‬
‫װעט מיך הײלן‪ ,‬און איך װעל אַרױפֿגײן אױפֿן דריטן טאָג אין הױז פֿון‬
‫גאָט? ‪ 9‬האָט י ַשעָיהו געזאָגט‪ :‬דאָס װעט דיר ז ַײן דער צײכן פֿון גאָט‪,‬‬
‫אַז גאָט װעט טאָן די זאַך װאָס ער האָט גערעדט‪ :‬זאָל דער שאָטן גײן‬
‫צען שטאַפּלען װ ַײטער‪ ,‬אָדער זיך אומקערן צען שטאַפּלען? ‪ 10‬האָט‬
‫י ִחז ִקָיהו געזאָגט‪ :‬גרינג איז דעם שאָטן זיך אַראָפּצוגײן צען‬
‫שטאַפּלען; נײן‪ ,‬נ ַײערט דער שאָטן זאָל זיך אומקערן אױף צוריק צען‬

                                                             ‫שטאַפּלען‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט י ַשעָיהו הנבֿיא גערופֿן צו גאָט‪ ,‬און ער האָט אומגעקערט‬
‫דעם שאָטן צען שטאַפּלען צוריק אױף די שטאַפּלען װאָס ער האָט‬

                 ‫געהאַט אַראָפּגענידערט אױף די שטאַפּלען פֿון אָ ָחזן‪.‬‬

‫‪ 12‬אין יענער צ ַײט האָט ברֹא ַדך‪-‬באַ ְלאַ ָדן דער זון פֿון באַ ְלאַ ָדנען‪ ,‬דער‬
‫מלך פֿון ָבבֿל‪ ,‬געשיקט אַ בריװ און אַ מתּנה צו ִחז ִקָיהון‪ ,‬װאָרום ער‬
‫האָט געהערט אַז ִחז ִקָיהו איז געװען קראַנק‪ 13 .‬און ִחז ִקָיהו האַט זײ‬
‫צוגעהערט‪ ,‬און ער האָט זײ געװיזן ז ַײן גאַנץ שאַצהױז‪ ,‬דאָס זילבער‬
‫און דאָס גאָלד‪ ,‬און די בשׂמים‪ ,‬און דאָס גוטע אײל‪ ,‬און דאָס גאַנצע‬
‫הױז פֿון ז ַײנע װאַפֿן‪ ,‬און אַלץ װאָס האָט זיך געפֿונען אין ז ַײנע‬
‫שאַצקאַמערן; ניט געװען אַ זאַך אין ז ַײן הױז‪ ,‬און אין ז ַײן גאַנצער‬

                     ‫געװעלטיקײט‪ ,‬װאָס ִחז ִקָיהו האָט זײ ניט געװיזן‪.‬‬

‫‪ 14‬איז י ַשעָיהו הנבֿיא געקומען צום מלך י ִחז ִקָיהו‪ ,‬און האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬װאָס האָבן די דאָזיקע מענטשן געזאָגט? און פֿון װאַנען‬
‫קומען זײ צו דיר? האָט ִחז ִקָיהו געזאָגט‪ :‬פֿון אַ װ ַײטן לאַנד ז ַײנען זײ‬
‫געקומען‪ ,‬פֿון ָבבֿל‪ 15 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬װאָס האָבן זײ געזען אין ד ַײן‬
‫הױז? האָט ִחז ִקָיהו געזאָגט‪ :‬אַלץ װאָס איז אין מ ַײן הױז האָבן זײ‬
‫געזען‪ :‬ניט געװען אַ זאַך אין מ ַײנע שאַצקאַמערן װאָס איך האָב זײ‬

                                                            ‫ניט געװיזן‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט י ַשעָיהו געזאָגט צו ִחז ִקָיהון‪ :‬הער דאָס װאָרט פֿון גאָט‪17 :‬‬
‫זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬און אַלץ װאָס אין ד ַײן הױז‪ ,‬און װאָס ד ַײנע עלטערן‬
‫האָבן אָנגעקליבן ביז ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬װעט אַװעקגעטראָגן װערן קײן‬
‫ָבבֿל; קײן זאַך װעט ניט איבערבל ַײבן‪ ,‬זאָגט גאָט‪ 18 .‬און פֿון ד ַײנע זין‬
‫װאָס װעלן אַרױסגײן פֿון דיר‪ ,‬װאָס דו װעסט געבערן‪ ,‬װעט מען‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67