Page 65 - Mlokhim b
P. 65

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 18‬און מנשה האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און ער איז‬
‫באַגראָבן געװאָרן אין דעם גאָרטן פֿון ז ַײן הױז‪ ,‬אין דעם גאָרטן פֿון‬

              ‫עוּזאָן‪ .‬און ז ַײן זון אָמוֹן איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 19‬צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמוֹן אַלט געװען‪ .‬אַז ער איז געװאָרן‬
‫מלך‪ ,‬און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים‪ .‬און דער נאָמען‬
‫פֿון ז ַײן מוטער איז געװען משו ֶל ֶמת די טאָכטער פֿון ָחרוצן‪ ,‬פֿון‬

                                                                  ‫ָיטבֿה‪.‬‬

‫‪ 20‬און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ‬
‫װי ז ַײן פֿאָטער מנשה האָט געטאָן‪ 21 .‬און ער איז געגאַנגען אין אַל‬
‫דעם װעג װאָס ז ַײן פֿאָטער איז געגאַנגען‪ ,‬און ער האָט געדינט די‬
‫אָפּגעטער װאָס ז ַײן פֿאָטער האָט געדינט‪ ,‬און האָט זיך צו זײ‬
‫געבוקט‪ 22 .‬און ער האָט פֿאַרלאָזן יהוה דעם גאָט פֿון ז ַײנע עלטערן‪,‬‬

                         ‫און איז ניט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יהוה‪.‬‬

‫‪ 23‬און די קנעכט פֿון אָמוֹנען האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים‪ ,‬און‬
‫האָבן געטײט דעם מלך אין ז ַײן הױז‪ 24 .‬און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד‬
‫האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך‬
‫אָמוֹן‪ .‬און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט ז ַײן זון יֹא ִשָיהון פֿאַר‬

                                                    ‫מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 25‬און די איבעריקע זאַכן פֿון אָמוֹנען װאָס ער האָט געטאָן‪ ,‬זײ‬
‫ז ַײנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים‬

                                                             ‫פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 26‬און מע האָט אים באַגראָבן אין ז ַײן קבֿר‪ ,‬אין דעם גאָרטן פֿון‬
           ‫עוּזאָן‪ .‬און ז ַײן זון יֹא ִשָיהו איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬
   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70