Page 66 - Mlokhim b
P. 66
ְמ ָל ִכים ב
1אַכט יאָר איז יֹא ִשָיהו אַלט געװען ,אַז ער איז געװאָרן
מלך ,און אײן און דר ַײסיק יאָר האָט ער געקיניגט איןכב
ירושלים .און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ידי ָדה די
טאָכטער פֿון ַע ָדָיהן ,פֿון ָבצ ַקת.
2און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט,
און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון ז ַײן פֿאָטער ָד ִודן ,און
האָט זיך ניט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס.
3און עס איז געװען אין אַכצנטן יאָר פֿון מלך יֹא ִשָיהו ,האָט דער
מלך געשיקט ָשפֿן דעם זון פֿון אַ ַצלָיהו ,דעם זון פֿון משוּ ָלמען ,דעם
שר ַײבער ,אין הױז פֿון גאָט ,אַזױ צו זאָגן 4 :גײ אַרױף צו ִחל ִקָיהו
דעם כּהן-גדול ,און זאָל ער צונױפֿצײלן דאָס געלט װאָס איז
געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון גאָט ,װאָס די שװעלהיטערס האָבן
געזאַמלט פֿון פֿאָלק 5 .און זאָל מען עס געבן אױף דער האַנט פֿון די
װערקמ ַײנסטערס װאָס ז ַײנען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון גאָט;
און זײ זאָלן עס געבן צו די ַב ַעל-מלאָכות ,װאָס אין הױז פֿון גאָט,
אױף צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז; 6צו די
האָלצמ ַײנסטערס ,און צו די בױמ ַײנסטערס ,און צו די מױערער ,און
אױף צו קױפֿן האָלץ און געהאַקטע שטײנער ,צו פֿאַרריכטן דאָס
הױז 7 .און מע זאָל זיך ניט רעכענען מיט זײ װעגן דעם געלט װאָס
װערט געגעבן אױף זײער האַנט ,נ ַײערט אױף נאמנות זאָלן זײ
אַרבעטן.
8און ִחל ִקָיהו דער כּהן-גדול האָט געזאָגט צו ָשפֿן דעם שר ַײבער:
דאָס בוך פֿון דער תּורה האָב איך געפֿונען אין הױז פֿון גאָט .און
ִחל ִקָיהו האָט געגעבן דאָס בוך צו ָשפֿנען ,און ער האָט עס
איבערגעלײענט.
9און ָשפֿן דער שר ַײבער איז געקומען צום מלך ,און האָט געבראַכט
דעם מלך אַן ענטפֿער ,און האָט געזאָגט :ד ַײנע קנעכט האָבן
אױסגעשאָטן דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז ,און זײ
האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמ ַײנסטערס װאָס
ז ַײנען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון גאָט.
10און ָשפֿן דער שר ַײבער האָט דערצײלט דעם מלך ,אַזױ צו זאָגן:
ִחל ִקָיהו דער כּהן האָט מיר געגעבן אַ בוך .און ָשפֿן האָט עס